געשפענסט-כאפערס

פֿון װיקיפּעדיע

געשפענסט-כאַפּערס (ענגליש: Ghostbusters) איז אן אמעריקאנישער סופערנאַטירלעכע קאמעדיע פילם רעזשיסירט דורך איוואן רייטמאן. די געשיכטע איז וועגן מענטשן וועלכע קעמפן און כאַפּן געשפענסטער. דער פילם איז געשריבן געווארן דורך דן אקרויד און האראלד רעמיס. אינעם פילם שפילן ביל מאריי, דן אקרויד, האראלד רעמיס, סיגאָרני וויווער, עני פאָטס, וויליאם אטערטאן, ערני האדסאן און ריק מאראניס. די מוזיק איז קאמפאזיצירט געווארן דורך עלמער בערנשטיין. דער פילם איז באפרייט געווארן דעם 8טן יוני 1984.