גל גדות

פֿון װיקיפּעדיע
גל גדות אין 2016

גל גדות (גאַל גאַדאָט, געבוירן דעם 30סטן אפריל 1985) איז אן ישראלדיקע אקטריסע און מאדעלקע. גדות האט געוואונען "מיס ישראל" אין 2004. זי האט געשפילט דזשיזעל ישר אין דעם 2009 פילם "שנעל און צאָרנדיק". אויך האט זי געשפילט וואונדער וואמאן אין "באטמאן קעגן סופערמאן: שפראצונג פון גערעכטיקייט" אין 2016. זי האט ווידער געשפילט וואונדער וואמאן אין די פילמען "וואונדער וואמאן" און "גערעכטיקייט בונד" פון 2017, און שפעטער אין "וואונדער וואמאן 1984" (2020). אין 2013 איז זי געראנגקט געווארן אלס די צווייטע מערסט פּראָפֿיט-געבנדיקע מאדע מאדעלקע אין ישראל.

ערשטע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גדות איז געבוירן געווארן אין ישראל צו ישראלדיקע יידישע עלטערן. זי איז געבוירן און אויסגעוואַקסן געווארן אין ראש העין. אירע עלטערן האבן זייער משפּחה-נאָמען געטוישט פון "גרינשטיין" צו "גדות". איר פאטער מיכאל גדות איז אן אינזשעניר, און איר מוטער אירית איז א לערערין. גדות'ס זיידע און באבע זענען חורבן-איבערלעבער.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: גל גדות