גילמאר מיידלעך
גילמאָר מיידלעך (ענגליש: Gilmore Girls) איז אַן אמעריקאנישע קאָמעדיע־דראַמא טעלעוויזיע סעריע. די סעריע איז וועגן אַ מיידל מיטן נאמען ראָרי גילמאָר (געשפילט דורך אלעקסיס בלעדל) און איר מוטער לאָרעלײַ גילמאָר (געשפילט דורך לאָרען העלען גראַהאַם) וואָס איז 16 יאָרן עלטער ווי זי. זיי וווינען אין קאָנעטיקעט. דער פֿאָטער קריסטאָפער הײַדען (געשפילט דורך דייוויד סאטקליף, אויך 16 יאָרן עלטער ווי די טאָכטער) האָט אין דער האָדעוואַניע פֿון דער טאָכטער נישט געשטעקט ווײַל ער האָט געוואָלט חתונה מיט לאָרעלײַ האָבן און זי האָט דאַס נישט געוואָלט. לאָרעלײַ איז פֿון אַ חשובֿער, רײַכער משפּחה אַבער לאָרעלײַ איז בונטאַריש קעגן זיי און לעבט במילא פֿאַר זיך אָן זיי כאָטש זיי באַצאָָלן פֿאַר דער אויסבילדונג פֿון ראָרי. לאָרעלײַ און ראָרי וווינען צוזאַמען אין אַ הויז אַליין.
דער ארטיקל וועגן א טעלעוויזיע טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |