לדלג לתוכן

גזירת החינוך

פֿון װיקיפּעדיע

יאפפע"ד זענען א גרופע נושרים וועלכע זענען אוועקגעפאלן מתוך מחנינו, און האבן זיך גענומען א מיסיע, צו פארוואנדלן אלע מוסדות התורה צו פשוט'ע פובליק שולעס היל"ת. און זיי שטעלן אוועק דעם ציהל; אז די קינדער זאלן באקומען אזא חינוך וואס זאל זיי מאכן רייף - און עפענען די קעפ - און זיך באקענען מיט די דרויסענדיגע גוי'אישע אפענע וועלט און קולטור, כדי דאס זאל אים צוברענגן ער זאל זיך אויסמישן און אפלאזן דעם חרדישן לעבענסשטייגער און אליינס קענען אויסוועלן אויב ער וויל זיין א שומר תורה ומצות אדער נישט.[1]

עס שטייען ריזיגע מולטי מיליאן דאלערדיגע אפיקורס'ישע ארגאניזאציעס, מיט אויסטערלישע איינפלוס אויף רעגירונגס באאמטע און אויף די מידיע, וואס שטופן אונטער די גאנצע שמד אפאראט. אויסצופירן דעם פלאן האבן זיי פאר דעם צוועק אפירגענומען אן אלטן געזעץ, וועלכע זאגט אז אלע קינדער וואס זייערע עלטערן ווילן יוצא זיין די law Education Compulsory - חובת חינוך, מיטן שיקן אין א פריוואטע שולע, דארפן באקומען א 'סאבסטענשאלי עקוויווילענט' חינוך צום פובליק סקול.

וואו זיי שרייבן גייען זיי דאס אדורכברעכן מיט דריי שפיצן:

  1. ארבעטן אויף די גאווערמענט מיטן געזעץ,
  2. לייגן דרוק דורך מידיע איינפלוס,
  3. טרעפן מענטשן פון אינעווייניג וועלכע זאלן זיין גרייט צו מאכן 'טשעינדזש'.

'סובסטענשול עקוויווילענט' מיינט, אן עדיוקעישאן וועלכע איז 'שטארק אייניג' צו דעם וואס ווערט געגעבן אין די 'פובליק שולעס'.

די ליבעראלע גאווערמענט פון ניו יארק בכלל און די באאמטע פונעם בילדונג דעפארטמענט בפרט, זענען דא מיטן זעלבן ציל צו עפענען די קעפ פון די קינדערלעך צו די פרייע אפיקורס'ישע וועלט, טרעפנדיג אין דעם מסירה פון יאפפעד א גוטע געלעגנהייט וויאזוי אריינצודרינגען אין די חרד'ישע מוסדות, איבערצוטוישן די חינוך פון אונזערע קינדער. און די רעגירונג זאגט דאס קלאר, אז זיי באגערן אז אונזערע קינדער זאלן באקומען א חינוך וואס זאל זיי ברענגען צו קענען אליינס מאכן א אויסוואל איבער זייער לעבנסשטייגער... (בכלל, טוט די רעגירונג און 'עדיוקעישאן דעפארטמענט' אנווענדן אלע מיטלען צו פארדארבען און אראפברענגן די אלגעמיינע באפעלקערונג, דורך איינפירן דראסטישע ענדערונגען אינעם חינוך אין די גויאישע פובליק שולעס מיט שענדליכע כפירה, תועבה, און הפקרות, וואס אפילו די מתוקנים שבאומות פירן א פארצווייגטע קאמף אנטקעגן דעם, זעענדיג ווי זיי זענען אויסן נאר אפצופירן די גאנצע יוגנט, און יעצט האבן זיי זיך גענומען צום קומענדיגע שטאפל, די פריוואטע שולעס).אזויווי די אלטע געזעץ פון 'סובסטענשעל עקוויווילענט' האט נישט געהאט קיין קלארקייט וואס דאס באדייט, און וויאזוי דאס אויסצופירן, און וויאזוי נאכצוקוקן די פריוואטע שולעס, דעריבער האבן זיי אוועקגעשטעלט נייע רעגולאציעס (גיידליינס) אויסצוקלארן און צו פארזיכערן דאס אינפארסירונג פונעם געזעץ בכל התוקף, און עס אהערגעשטעלט אויף אזא אופן אז אלע פריוואטע שולעס, וועלן טאקע מוזן לערנען אזוי ווי אין די פאבליק סקולס.

דאס באדייט אויף למעשה אז אז א מוסד וואס וויל זיין 'סאבסטענשאל עקוויווילענט' וועט דארפן לערנען מיט די קינדער, 'אלע סעקולארע סאבדזשעקטס' וואס מען לערנט אין די 'פובליק שולעס'.

די סוביעקטן זענען:

  • אריטמעטיק- חשבון: פלוס. מיינוס. טיימס. דיוויזשען.
  • ליינען ענגליש.
  • ספעלינג - ספעלן ענגליש.
  • שרייבן ענגליש.
  • ענגלישע שפראך - כללים פון דער שפראך און גראמאטיק.
  • געאגראפיע, קענען לענדער - די גלאוב און קולטור פון די גויאישע וועלט.
  • היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן.
  • היסטאריע פון ניו יארק.
  • ציוויליזאציע.
  • היידזשין - אזויגערופענע "ריינקייט".
  • פיזיקעל טרעינינג\עדיוקעישאן לערנען דעם
  • גוף מיט אלע אירע פרטים.
  • וויסנשאפט.
  • פאטריאטיזים און בירגערשאפט.
  • העלטה פארלאנגען.
  • הייוועי סעיפטי.
  • טרעפיק רעגולאציעס.
  • פייער דרילס. די שעדליכקייט פון אונטערצינדן פייערס.
  • זיך פארהיטן פון דירעקטע פיזישע שעדיגונגען.
  • לעבנס סעיפטי אנווייזונגען.

זיי לייגן א עקסטערע געוויכט אז מען דארף גוט לערנען די '4 קאור סאבדזשעקטס'. 'יאפפעד' לייגט אויך זייער עיקר דגוש איבער אלעם, אז מען זאל גוט לערנען די 4 קאור סאבדזשעקטס. (די '4 קאור סאבדזשעקטס', איז דער נאמען פאר די פיר כלליות'דיגע עיקר לימודים, וואס זיי רופן דאס די 'קאור' [יסוד און עיקר] לימודים פאר א ניו יארקער סטודענט, ווייל די 4 סאבדזשעקטס דארף אוועקשטעלן דעם סטודענט מיט די נויטיגע ידיעות און סקילס, צו קענען האבן זיין אייגענע אויסגעפארעמטע מח און געדאנקענגאנג. די 'פיר קאור סאבדזשעקס', אנטהאלט באמת אין זיך די '10' געפערליכסטע סאבדזשעקטס, וואס זיי האבן דאס אלעס קאנצענטרירט און צוזאמגענומען אונטער די פיר יסודות'דיגע נעמען.

  1. ענגליש שפראך ארטס,
  2. מאטעמאטיק,
  3. וויסנשאפט,
  4. סאציאלע שטודיעס

ווי געזאגט האבן זיי דערין אנגעפילט פיל סארטן סקילס און לימודים, מיר וועלן אריבערגיין בלויז עטליכע דוגמאות בקיצור צו דינען אלס ביישפיל.

#1 - 'ענגליש לענגוויטש ארטס' [ELA]

אויסער די פשוט'ע סאבדזשעקטס פון ליינען \ ספעלן \ שרייבן \ דארף מען לערנען איבער די אזויגערופענע רייכקייט פון די ענגלישע שפראך, אזוי אויך נעמט עס אריין אין זיך פארשידענע נייע סארט באגריפן, > אנאליזירן מענטשן און מיינונגען > זיך באקענען מיט 'אנדערע' סארט מענטשן און מיינונגען > מאכן 'אייגענע' החלטות באזירט אויף צוזאמגענומענע אינפארמאציע > קאנעקטן די לימודים צום אייגענעם לעבן > און נאך פיל מער. אויף די 'ענגליש לענגווידזש ארטס' האבן זיי גאנצע ביכער, וואס איז געשטעלט אויף די יסודות פונעם ליבעראלן פארדארבענער גאר שעדליכער דרך הלימוד וואס רופט זיך Standards Learning Generation Next (וואס גרויסע פעדעגאגן חוקרים כופרים האבן ערפינדן וויאזוי צו לערנען מיט קינדער, און איז געווארן אריינגעברענגט אין די פובליק סקולס פון ניו יארק סטעיט, דורך די ליבעראלע כוחות וועלכע טראגן מיט שטאלץ די פאן פון כפירה הפקרות השחתה און ליבעראליזים, דער נאמען אליינס זאגט אפס קצהו אז מען וויל דערמיט טראנספארמירן א נייע סארט דור, צו כפירה און השחתה), זיי שרייבן צענדליגער כללים ופרטים וואס צילט אויפצוברעכן די תמימות אין די אפענע אומרייפע מוחות פון די יונגווארג, און פילע שעדליכע יסודות וואס רייסן ארויס די באגריף פון "אמונה" פון יונגע קינדער, און אויך לערנט מען אויס זיך צו באקענען מיט פרעמדע קולטורן און מיינונגען פון אנדערע, און נאך פילע שרעקליכע באגריפן, ואכמ"ל.

#2 - "מאטעמאטיק"

די רעגירונג איז נישט צופרידן מיט די טאג טעגליכע חכמות החשבון, פון ּפלאס \ מיינוס \ טיימס \ דיוויזשאן און פרעקשאנס. זיי פארלאנגן קאלעדזש סארט מאטעמעטיקס אזוי ווי אין די פובליק סקולס, ווי 'אלגעברא', 'גיאמעטרי', 'סטאטיסטיקס' און ענליכס, 'א קינד זאל זיך אויסלערנען צו מאכן א ס"ה פון קעגנזייטיגע געדאנקן גאנגען', און צו 'סאלווען ריעל ווארלד פראבלעמס'. ביי דעם סאבדזשעקט ווערט אויך פארלאנגט אז מען דארף דאס לערנען מיט די אויבערדערמאנטע שעדליכע מהלך פון די היינטיגע Next Standards Learning Generation ואכמ"ל.

#3 - "סייענס"

"סייענס" איז היינט צוטאגס אויסגעשטעלט מיט א קלארע ציהל צו טוישן די גאנצע וועג וויאזוי דער סטודענט זאל טראכטן. לויט ווי די רעגירונג שרייבט, איז די באדייט פון לערנען סייענס: > אנאליזירן און קאטאגאריזירן פאקטן און מאורעות מיט א סייענטיפישע בליק אריינגערעכנט אלעס איבער בריאת העולם ה"י > זיך אויסצולערנען אפצולערנען זאכן פון די נאטור לויט די כפירה'דיגע כללי המחקר פון די סייענטיסטן רח"ל. יעדע פון די אלע אפטיילונגען אין סייענס האט אן אנדערע סייענטיפישע נאמען - ווי מעטאראלאדזשי, פיזיקס, קעמיסטרי, בוטעני, דיינעמיקס, עקאלאדזשי, און נאך הונדערטער סארטן מיט אנדערע נעמען, און איז געצילט אריינצוברענגען א הפקירות'דיגע דור הפלגה'דיגע געפיל פון כוחי ועוצם ידי, אז די מענטשן וואס שטודירן די סיבות פון די טבעיות פון יעדע זאך, קענען טוישן זאכן אין די טבע נאך פיל בעסער ווי די טבע שטעלט מיט זיך פאר ח"ו. (סייענס פאר זיך אליינס - וואס ווערט אנגערופן אין די ספרים הק' 'לימוד חכמת הטבע' - אפילו ווען מען זאל ווען נישט לערנען קיין שום זאך וואס איז קעגן די אמונה, און קעגן די תורה הקדושה, איז ערשטנס פארהאן א קלארע פסק להלכה פונעם רמ"א אין שולחן ערוך יורה דעה סי' רמ"ו סעיף ד' אז "מען טאר נישט לערנען קיין שום חכמות פאר מען לערנט אלע דיני התורה", אפילו באקראי, און בנוסף צו דעם, איז אפגע'פסק'נט אין די ספרים פון די גדולי הראשונים און אחרונים פילע איסורים צו לערנען 'חכמות חיצוניות' ווייל עס שלעפט אוועק דעם קאפ פון די קינדער פון לימוד התורה, און פון דעם עיקר ציהל און תכלית אויף די וועלט, דעריבער איז די לימוד פון חכמת הטבע, וואס הייסט היינט 'סייענס', אלעמאל געווען גאר שטארק מסוכן, אז מען זאל זיך אריינצולייגן דערין. אבער פיל מער איז דאס געווארן אין די לעצטערע יארן, - און ווי א יאר שפעטער ווערט דאס כסדר נאר ערגער ר"ל - ווען די גאנצע לימוד פון 'סייענס' איז געווארן בכוונה אויסגעשטעלט אריינצוברענגען אין דעם מענטש א גייסט פון כפירה, אז אלעס ווערט געפירט און באשאפן ח"ו אליינס מיט א סדר פון די טבע, און דאס נעמט אריין אין זיך אלע סארט שטודיעס איבער 'חכמות הטבע' וואס מען לערנט דאס אויף דעם אופן פון "סייענס", דהיינו אפלערנען זאכן, געוואוקסן, מאטעריאלן, וואסערן, וועטער, פלאנעטן און שטערנס, באשעפענישן, פאסירונגען, און סיי וואס עקזיסטירט אדער פאסירט אין די טבע פון דעם באשעפער'ס וועלט, פונעם עבר און פונעם הוה, זאל מען אפשאצן לויט די סארטן ראיות און פארשונגס-כללים, וואס ווערט אוועקגעשטעלט און כסדר מאדיפיצירט דורך די כפירה'דיגע סייענטיסטן. דאס איז בעיקר געצילט זיך איינצוגעוואוינען ח"ו אלעס צו באטראכטן לויט ווי די אפיקורס'ישע שכל פון די געמיינע סייענטיסטן האבן דאס אפגעלערנט וואס זיי ערקלערן לפי דעתם הכפרנית אז נאר דאס איז קראנט עפ"ל, און דערפון אויך ציען קרומע מסקנות אויף וואס האט פאסירט אינעם עבר, וואס איז על פי רוב אנגעפילט מיט אפענע כפירה רח"ל. כדי צו אריינווארצלן אין די מוחות פילע פאלשע און כפירה'דיגע הנחות וואס צילן צו פארענטפערן און באשטעטיגן זייערע אפגעפרעגטע עקלהאפטיגע כפירות וניאוץ בה' הבורא ומנהיג לכל הברואים, רח"ל).

#4 - 'סאשעל סטאדיס'

"סאשעל סטאדיס" איז א קוריקולעם צוזאמגעשטעלט פון 6 לימודים און נאך פיל זייטיגע זאכן. דאס איז:

  1. סיוויקס,
  2. געאגראפיע,
  3. ניו יארק סטעיט היסטאריע,
  4. יונייטעד סטעיט היסטאריע.
  5. די היסטאריע פון די וועלט,
  6. עקאנאמיקס.

'סאשעל סטאדיס' לויט די פובליק סקול סטאנדארטן מיינט עפענען די יונגע מוחות צו די גויאישע אויפגעקלערטקייט און אויך צו עבודה זרה און כפירה, דורך קענען די ברייטע וועלט, און אלע אירע סארט מענטשן, ספארטס, תאוות, און פארשטיין די לעבנסשטייגער פון די איינוואוינער פון אלע לענדער. אינעם ספעציעלע בוך וואס די עדיוקעישאן דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן )Framework Studies Social State York New), מיט ארום 200 זייטן אנגעפילט מיט די כללים וואס עס פאדערט זיך ביים לערנען מיט די סטודענטן, שטעלן זיי דארט אראפ צענדליגע פרטים: קודם אינעם 'דרך הלימוד' זעלבסט, וויאזוי די סטודענטן דארפן אפלערנען יעדע חלק פון די 'סאשעל סטאדיס', ‹‹ אפלערנען יעדע זאך ווי א פארשער ‹‹ אדורכטאן די פארשידנארטיגע מיינונגען און אידעלאגיעס אין יעדע ענין כדי די קינדער זאלן קענען מאכן אייגענע מסקנות ‹‹ דער סטודענט זאל קאנעקטן יעדע זאך פון היסטאריע - געאגראפי - עקאנאמיע - סיוויקס צו החלטות אויף זיין אייגענעם סדר החיים, ‹‹ און מיט די אינפארמאציע און מסקנות אויך אפשאצן זיינע ארומיגע און נאך. ספעציעל ווערט דארט צענדליגער מאל ארויסגעברענגט די פארלאנג, אז ביי יעדע איינציגע פרט פון די דערמאנטע חלקים אין 'סאשעל סטאדיס', זאל מען אפלערנען און פארשטיין פרעמדע אידעלאגיעס און פארשידנארטיגע קולטורן, אינאיינעם מיט זייער גאנצע געמיינקייט, און אויך די גלויבנס פון אנדערע רעליגיעס, און אלע בעליעף סיסטעם'ס רח"ל, סיי פון די לאקאלע געמיינדעס פון די סטעיט, און דערנאך פון די גאנצע וועלט, און אזוי אויך פון אלטע פארגעסענע פאלשע גלויבנס און פארדארבענע קולטורן פון אמאל. זיי לייגן דאס אריין אלס א טייל פון די לימודים, ווי צב"ש 'סיוויקס- ציוויליזאציע' האט אין די אמאליגע יארן געקענט מיינען בלויז וויאזוי די אפטיילונגען אין די רעגירונג פונקציאנירן, איבער וואלן, וכדומה. היינט ווערט דאס כסדר אויסגעברייטערט אריינצונעמען ווי מער חלקים פון די אידעאלאגיעס פונעם "תרבות הגוי", זיך צו עפענען און באקענען מיט אלע סארטן ציווילע סיסטעמען פון אמעריקא און די וועלט, פאליטישע סיסטעמען, געזעצן און געזעץ סיסטעמען, געריכט סיסטעמען, מענטשן רעכטן, סאציאלע גרופעס, אלע קולטורן, אלע רעליגיעס - רח"ל. אזוי אויך מיט 'געאגראפיע' - וואס ארגינאל האט עס באדייטעט פשוט צו וויסן וויאזוי די וועלטס לענדער זענען איינגעטיילט אויפן גלאוב, היינט צוטאגס ליגט דערין אויך זיך צו באקענען מיט די רעגירונגען, היסטאריע, גוי'אישע קולטורן, קעמפערייען, ענווייראמענט, אנטוויקלונגען, און נאך, פון די פילע לענדער. אין 'סאשעל סטאדיס' האבן זיי ליידער אריינגעלייגט א פארלאנג אויסצולערנען די קינדער, זיך צו באקענען אויך מיט די לעבנסשטייגער פון די געמיינסטע מענטשן אנשי דור המבול ודור הפלגה. און נישט בלויז אפצולערנען די אלע טומאות וכפירות, נאר זיי פארלאנגען אויך אויסצולערנען אז מען זאל האבן 'רעספעקט און טאלעראנץ' )רעספעקטירן און אנערקענען אלס א אנגענומענע לעבנס שטייגער ח"ו( פאר די אלע עבודה זרות און טמאים רח"ל.

אין ניו יארק טיימס איז (ערב פסח תשע״ח) באריכטעט איבער די קאטעסטראפע וואס באדראעט חרדישע מוסדות התורה אין ניו יארק סטעיט. אלע מוסדות התורה אנגעהויבן פןן חסידים ביז ליטאים דארפן נאכקומען דעם געזעץ וואס פארלאנגט:[2]

  • לערנען 4 שעה ענגליש
  • לערנען סייענס
  • לערנען עוועלושען (כפירה)

און אויב נישט, קענען די ישיבות / חדרים נישט באקומען קיין שום סטעיט אדער פעדעראלע פאנדינג, וואס איז זייער ביטער. סטעיט סענאטאר פעלדער האט אריינגעלייגט א געזעץ אין בודזשעט, צו עקזעמטן ישיבות פון דעם פארשריפט, אבער דער ספיקער האט נישט מסכים געווען[3] דער דעילי ניוז האט גאר שטארק אראפגעריסן פעלדער[4].למעשה האט די ביל געפעסט פאר יודן'ס וועגן, מער ווייניגער אויסער איין קליינע הערה וואס מען קען זיך דינגען דערויף

עס איז געבליבן פיר זאכן וואס די מוסדות דארפן לערנען:

  1. ליינען ענגליש
  2. שרייבן ענגליש
  3. רעכענען
  4. מאפע (געאגראפיע)

מ׳האט אראפגענומען:

  • סייענס
  • קולטור
  • וועלט היסטריע (כפירה)
  • עוועלושען (כפירה)
  • אסטראמניע (כנ״ל)
  • ביאלאגיע
  • קארענט איווענטס (פאליטיק)

תמוז תשע"ח איז אריינגעקומען די נייעס אז די 'יאפפעד' האט אריינגעטראגן א פעדעראלע קלאגע אקעגן ניו יארקס מאכטפולער גאווערנאר קאומא און די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט איבער די ניי אדאפטירטע געזעץ וואס דער גאווערנאר האט אונטערגעשריבן די פארגאנגע יו"ט פסח העעל"ט, איבער די סטעיט פארשריפטן פון סעקולארע לימודים אין די חרדישע תלמודי תורה און בתי חינוך., עטליכע חדשים נאכדעם וואס דער געזעץ איז געווארן אונטערגעשריבן דורכן גאווערנאר, נאך די דראמאטישע שאו-דאון מיט סטעיט סענאטער ר' שמחה פעלדער ביי די בוזשעט פארהאנדלונגען אין סאמע ערב פסח אויפדערנאכט, איז אריינגעקומען די נייעס אז דער באקאנטער פאררעטער נפתלי מאסטער אונטער זיין געשאפענעם גרופע 'יאפפעד' פארמעסט זיך אנצוקלאגן דעם גאווערנער זעלבסט און די עדיוקעישאן דעפארטמענט אז דער געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנאל און פארלעצט די פעדעראלע געזעצן[5].

אין כסלו תשע"ט האט דער ניו יארקער עדיוקעישן דעפארטמענט ארויסגעשטעלט פרישע פארשריפטן וועלכע שטעלט אוועק רעגולאציעס איבער לימודי חול פאר אלע פריוואטע שולעס אין ניו יארק, און דאס האט געשטעלט א פראבלעם פאר מוסדות התורה צו נאכקומען.

די למודים וואס די נייע רעגולאציעס האבן פארלאנגט זענען געווען שמיציג און געמיין, די פארשריפטן האבן פארלאנגט אז קינדער ביז די 4טע קלאס דארפן לערנען זיבן נושאים אין לימודי חול (ענגליש, מאטעמאטיקס, פיזיקס, טעכנאלאגיע, היסטאריע און ציווילע שטודיעס) און קינדער העכער די 5טע קלאס דארפן לערנען און אויסער דעם דארף מען אויך איינפירן ״ארט פראגראמען״ צו אויסלערנען די קינדער מאלן, זינגען, טאנצן א.ד.ג., און חוץ פון דעם האט עס פארלאנגט פיל מער שעות פון סעקולארע שטודיעס און פארלאנגט א מינימום פון 6 שעה א טאג ביז די 8טע קלאס, א זאך וואס לאזט נישט איבער קיין צייט פאר לימודי קודש, און געזאגט אז די עדיוקעישן דעפארטמענט וועט שיקן אינספעקטארס צו אונטערזוכן אויב די מוסדות קומען נאך די פארשריפטן.

ראשי המוסדות און רבנים האבן אפגעהאלטן באראטונגען וויאזוי צו באהאנדלן די פארשריפטן. עסקנים פון ״פערלס״ האבן געארבייט צו פארשטעלן פאר די עדויקעישן דעפארטמענט א פולע פראגראם פון די לימודים וואס תלמידי המוסדות באקומען אין ניו יארק, און צייגן אז די קינדער באקומען א גוטע און פולקאמע חינוך, און דארפן נישט אנקומען צו די ״טובות״ פון דרויסנדיגע פארזארגער.

מיטוואך ויגש, ד’ טבת תשע”ט איז געהערט געווארן א שארפע ארויסטריט פון א קאטוילישע ארגענעזאציע וועלכע פארטרעט בערך 500 הונדערט קאטוילישע שולעס לענגאויס ניו יארק סטעיט, אין וועלכע זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן אין קיין פאל נישט אריינלאזן קיין אינספעקטארס פון דער סטעיט’ס ערציאונג דעפארטמענט אין זייערע שולעס. דאס האט געצייגט אז די ניייע אנטי-חינוך פארשריפטן זענען עפעס וואס אפילו אנדערע פריוואטע שולעס קענען זיך נישט צושטעלן, אנדערע געבן אן, אז די סיבה פארוואס די אידישע עסקנים זענען נישט געגאנגען אזוי שארף ווי די קאטאליקן להבדיל, איז, וועגן די איסור פון התגרות באמות.

טבת תשע”ט האט די ניו יארק סטעיט ערציאונגס דערפארטמענט טיילווייז צוריקגעצויגן פון די פארשריפטן, לטובת די קאטוילישע גרופע, אז מען דארף נישט לערנען 7 שעה א טאג לימודי חול, אבער האבן נאך אלס פארלאנגט אז עס זאל זיין א מינימום פון 17 און א האלב שעה א וואך פאר אפער עלעמענטרי קלאסן (כיתות ה’ און ו’).

סוף שבט האט דער פאראיין פון פריוואטע שולעס אין ניו יארק האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די נייע רעגולאציעס אין נאמען פון אירע 196 שולעס אין ניו יארק.

אגודת ישראל, תורה ומסורה, און נאך עטליכע ארגאניזאציעס און ישיבות האבן אויך אריינגעגעבן א פאראייניגטע אנקלאגע אין א געריכט אין אלבאני קעגן די E.D. קאמישאנער פון ניו יארק מאריעלען עליע אין וועלכע זיי זאגן אז זי דיסקרימינירט קעגן ישיבות און פארלעצט די ציווילע רעכטן פון עלטערן מיט אירע פארשריפטן און רעגולאציעס וואס זי האט ארויפגעלייגט אויף די ישיבות איבער וויפיל אלגעמיינע לימודים מען מוז לערנען.

די ישיבות וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אינעם קלאגע זענען מתיבתא רבי חיים בערלין, ישיבה תורה ועבודה, מתיבתא תפארת ירושלים, ישיבת רבי יעקב יוסף און ישיבת חתן סופר, און זיי ווייזן אן אז זיי געבן א גוטע ערציאונג און די תלמידים זענען באהאווענט גענוג מיט לימודי חול, און די פארשריפטן פון די קאמישאנער זוכט צו ארויפצווינגען שעות וועלכע זענען אוממעגליך פאר א ישיבה מיט לימודי קודש.

דער קלאגע זאגט אויך אז די סטעיט טוט פארלעצן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פון עלטערן צו באשליסן וואספארא סארט חינוך זיי ווילן פאר זייערע קינדער.‏

זי האט פונדאסניי אריינגעגעבן אירע אנטי-חינוך גיידליינס פאר'ן דערמאנטן באורד. דעם זעכציג-טאג פעריאד ווען מען קען פועל'ן און זיך איינבעטן ביים באורד, אז זיי זאלן רחמנות האבן און אפראטעווען דעם חינוך הטהור אין ניו יארק.

מאנטאג בלק, י”ב תמוז תשע”ט האט די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן קאמישאנער מעריעלען עליא געמאלדן אז זי וועט רעזיגנירן פון איר אמט, א מעלדונג וואס האט געכאפט יעדן אין סורפרייז, אריינגערעכנט די "באורד אוו רעגענטס" וועלכע האבן איבערזיכט אויפ'ן עדיוקעישאן דעפארטמענט. עליא'ס רעזיגנאציע איז געקומען נישט לאנג נאכדעם וואס זי האט פונדאסניי אריינגעגעבן אירע אנטי-חינוך גיידליינס פאר'ן דערמאנטן באורד

סוף זומער תשע"ט האבן עסקנים געברענגט חתימות פון איבער 135 טויזנט עלטערן וועלכע האבן קינדער אין פריוואטע שולעס איבער ניו יארק אין וועלכע זיי דרוקן אויס קעגנערשאפט צו די פרישע רעגולאציעס פון דעם שטאַט׳ס בילדונג קאמישאנער. די רוב איז געקומען פון עלטערן פון מוסדות התורה,

די ניו יארק סטעיט עדיקעישאן דיפארט. (NYSEDׂ) האט ארויסגעשטעלט נייע גיידליין אין אדר תשפ"ב[6], צווישען אנדערע רעגולאציעס איז אז די טיטשערס דארפן זיין קאמפטענט [נישט סערטעפייד] א וואך שפעטער איז עס געשטעלט געווארן פאר די בארד אוו רידזשענטס פאר אן אפשטימונג.

די גיידליין אין קורצן: אין די גיידליינס צוטיילט פריוואטע שולעס אויף 6 קעטאגאריעס, דהיינו 4 וואס זענען גלייך כשר און איין וואס מען דארף מסדר זיין און איינס וואס מען דארף געהעריג אהערשטעלן (וואס איז די קאטעגריע פאלן אריין רוב "חסידישע" מוסדות) (זעה שפעטער)

דערנאך טוט די גיידליינס אויסקלארן ווער עס איז אחראי נאכצוקוקן די מוסדות און וואס מען דארף אריינשרייבן אין די רעפארט און ווער עס זאל האבן די לעצטע ווארט

און צום סוף וואס מען קען טוען צו באשטראפן וכדו' פאר א מוסד וואס קומט נישט נאך די פארלאנגען

יעצט צום עצם ענין

אויפן דאטום מארטש 3 האט די רעגירוגנ געשריבן די גיידליינס (אגב, מאנכע זאגן אז דאס איז געווען היבש פרעך אז זיי זענען געזיצן מיט געוויסע רבנים און אויסגעהערט און געשאקעלט מיטן קאפ, נאכדעם וואס זיי האבן שוין גענדיגט שרייבן די גזירה)

נאכן אנפילן גאנצע פיר זייטן מיטן מסביר זיין די היסטאריע פון די גיידליינס און וועגן די 140 טויזענט בריוון קומען זיי גזירת צו צום ווארט

און זיי לייגן אראפ 6 נקודות:

  1. מען דארף האבן געלערנטע מלמדים
  2. די לימודים דארפן זיין סאבטענשל עקוויווילענט
  3. די אוטאריטעט וואס די לאקאלע סקול דיסטריקט
  4. די באדייט פון א פרייואטע סקול
  5. ווי אזוי ווערט א סקול רעגיסטרירט
  6. די כח פון די לאקאלע סופעראיטענדענט

סקולס וואס זענען מסודר:

  • ספעציעלע=פרייוואטע סקול פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן א שטייגער ווי בלינדע וואס איז טאקע פרייוואט אבער געפירט ביי די סטעיט
  • ריגענטס= א מוסד וואס האט א געהעריגע קאריקעלם פארשריבן ביי די סטעיט און זיי נעמען דערויף די סטעיט פארלאנגע טעסט וואס היייסט ריגענט
  • מיליטעריש=א סקול וואס ווערט געפירט דורך די מיליטער
  • אינטענאצינאל= א סקול וואס טוט זיך אויסצייכענען מיט לערנען מיט קינדער אויף אויסלענדישע שפראכן (עס איז דא געציילטע אזעלעכע סקולסעס עס איז געאייגענט פאר דיפלאפטן און זייערע קינדער)
  • עקרעדיטעט= אויב די מוסד גייט דורך די אפשאצונט פון א קאמפעני וואס זאגט אז זיי קומען נאך די פארלאנגען
  • סובסטענשל עקוויווילענט=די מוסד איז געווארן באזינדער אפגעשאצט און געווארן עפראאווד ביי די סטעיט אז זיי קומען נאך די פארלאנגען צו זיין סאבסטענשל עקוויווילענט

די היימישע מוסדות זענענן געווארן שטארק אפעקטירט צו קענען אנהאלטן זייער סקול סטאטוס

די ערשטע דריי דארף נישט צופיל הסבר דהיינו:

  1. קינדער מיט געוויסע געברויכן זאל ח''ו נישט דארפן צוקומען דערצו און עס איז ממש נישט שייך אפי' אריינצורעדן דארט איבער לימודים
  2. אינטערנאציאנאלע שפראך סקולס היט די רעגירונג פון אריינרעדן וויל עס איז היי פראפייל און לערנען ספעציעלע לימודים לויט זייער שפראך
  3. מיליטערישע סקולס איז ר פעדעראלע סקול וואס מען קען סיי ווי נישט צופיהל אריינרעדן

בלייבט נאר איבער די לעצטע דריי

וואס מיינט רידזשענטס?

רידזשענטס מיינט אז די מוסד געבט אריין א פולע קאריקעלים וואס מען לערנט וכדו' און די סטעיט גייט איבער די תוכן און זיי עפראווען די תוכן אז עס קומט נאך די סטאנדארטן און דעמאלס ווערט די מוסד סערטיפייד ביי די גאווערמענט און יעדע יאר מאכט מען א טעסט אויף אלע לימודים ד''ה די טעסט נעמט מען סוף היי סקול אויף אלע לימודים וואס מען האט איינגעגעבן ביי די גאוווערמענט אז מען לערנט. למעשה זענען דא היימישע מוסדות, וואס ביי די מיידלעך זענען זיי עפראווד ביי די גאווערמענט הגם שפעטער האבן זיי אויפגעהערט נעמען די טעסטס אבער די סטאטוס פון א אפראווד סקול בלייבט נאכאלס

אבער דא ווערט אבער צוויי פראבלעמען איינס אז ביי די אינגלעך קען מען עס נישט טוען ווייל דאס מיינט אטאמאטיש אז מען געבט אֵן אז מען לערנט ענגליש אין ישיבה קטנה וואס דאס איז קלאר נישטא ביי די היימישע מוסדות.ועוד אז מען וויל יעצט ווערן עפראווד דארף מען אויפווייזן א פולע קאריקעלים וואס נאר ביי מיידלעך וואס מען לערנט א ערך פון ארום 4 שעה ענגליש האט מען עס געקענט ווייזן משא''כ ביי אינגלעך נישט. והעולה על כולנה איז אז יעצט האבן זיי אהערגעשטעלט א מהלך פון עס נאכגיין און אויף דעם קענען זייער ווייניג מוסדות באשטיין צו האבן די DOE אין די מוסד במשך די יאר

אבער עס איז כדאי אנצומערקן אז למעשה זענען דא אסאך מער מאדערענע מוסודות וואס זענען בכלל נישט געווארן אפעקטירט דעמיט ווייל זיי לערנען געניג עס צו פעססן ווער רעדט נאך פון קאטוילישע סקולס האבן זיכעער נישט קיין פראבלעם(אגב איז כדאי אנצומערקן אז די סאטמער רבי ז''ל בעל דברי יואל האט נישט געלאזט אין סאטמער צו נעמען די רידזשענט טעסט הגם זיי האבן געקענט עס דורכגיין צוליעב וואס מיט א רידזענט האט בימים ההם געקענט גרינגער אנגנימען ווערן אין א קאלעדזש אין די רבי האט נישט געוואלט אז מען זאל האבן א נסיון צו גין שטודירן היינטיגע צייטן מאכט עס שוין נישט צופיהל אויס)

די סעיף האט געמאכט א מערכה פאוקאסט אויף היימישע מוסדות

וואס מיינט קרעדידעישן?

קעטעגאריע איז נישט עכט נוגע למעשה ציליב די תנאים וואס דיי גיידליין זאגט ווער עס גייט אריין אין די קעטעגאריע

די תנאים איז אין פעידזש 8 (הגם זיי צייכנען צו געוויסע סעיף קטן'ס וואס דאס קען טוישן געוויסע זאכן אבער דאס איז וואס עס שטייט קלאר וואס דארף זיין נאכצוקומען קרעדיטעישן)

  • צו מאכן מער בקיצור די לימודים (די זעלבע ווי ביי קטעגארי 6)
  • די מלמד דארף זיי סערטיפייד
  • די לימודים דארף געגעבן ווערן אין די ענגלישע שפראך
  • די מוסד דארף איבערגעבן די תוכן הלימודים פון די לעצטע 5 יאר
  • די קאמפעני ווערט נאר עפראווד ביי די DOE (ד. ה. אז די מוסד קען נישט אליינס גיין צו א קאמפעני א שטייגער ווי ביי די קאלעדזשעס און להבדיל די ישיבה גדולה'ס)

אויב א מוסד קומט נישט נאך די גיידליינס קען די שולע פארלירן די סטאטוס פון א לעגאלע סקול וואס מיינט אז די מוסד פארלירט אלע שטאטישע פאנדינג ווי טראנספארטעישאן און עסן, בנוסף לזה איז עס כאילו די עלטערן שיקן נישט די קינדער אין שולע (וואס עלטערן זענען לעגאל מחויב) וואס קען ברענגען פראבלעמען אין געוויסע קאסטאדי פייטס

לי זעלדען האט דאן ארויסגעטראטן אנטקעגן די נייע גיידליינס[7], אדמו"ר מסאטמאר האט יענע מוצאי שבת געזאגט אז מען שטייט יעצט פאר א מלחמה, וויבאלד די גוזרי הגזירה האבן א כוונה אונז אפצורייסן פון די אלטע וועג[8]

היות לויטן פראצעדור איז מען דאן אריין און די 90 טעג פאזע ווי מ'קען שרייבען קאמענטס איבער די רעגולאציעס, איז פארגעקומען א גרויסארטיגע מיטונג און בארא פארק מיט די ראשי המוסדות פון נ.י. סיטי מיט די עסקנים און לויערס פון פערל''ס ווי מ'איז אינאיינעם איבערגעגאנגען די איינצעלהייטן פון די מאסן-מאבעלעזאציע פון אלע מוסדות התורה צו מאכען זיכער אריינצוברענגען די מאקסימום חתימות מיט א כוח הרבים![9] סאטמאר רבי האט אינטערגעשריבען ברבים ביי א מעמד כינוס לדורותם[10][11] חוץ פון די פארגעלייגטעבריעוו פון פערלס, איז אויך געווען אנדערע נוסחאות פון: איחוד הרבנים ד'ניו יארק, באבוב 45, סאטמאר ק"י, וואס אין די בריעווען איז געווען א התנגדות צום עצם גזירה, כהוראת התאחדת הרבנים[12]

געוויסע קריטיקירער באשילדגען די פערלס ארג. פארן זיך נישט אנטקעגן שטעלן אויף די גיידליינס וואס זיי האבן ערהאלטן פון די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן דעפט. NYSED א צייט פאר עס איז געווארן ארויסגעגעבן פארן פובליק, די עדיוקעישאן דעפט. האט ערווארטערט אז ח. ד. צוויבעל וחבריו זאלן זאגן זייער מיינונג, אבער אזוי ווי 'פערלס' האט גענומען דעם גאנג פון די ערשטע מינוט צו ארבייטן 'יד ביד' מיט די רעגירונג צו מאכן כל מיני פשרות און פארהאנדלונגען נאכציקומען די פארלאנגן פון SUBSTANTIAL EQUIVALENCY דורך פאבריציערן 'קאמאן קאר' און די 'קודש קריקילום' האבן זיי מחליט געווען נישט צו ווייזן קיין ווידערשטאנד נאר שטילערהייט געבן א הסכמה שבשתיקה צו די געפערליכע נייע גיידליינס[13][14].


תשרי תשפ"ג איז פארגעקומען א קאנפרענס אינטערוויא אויף קול מבשר נייעס פלאטפארמע צווישן אפאר עסקנים חיים דוד צוויבל [15]

דאנערשטאג שמות תשפ"ד, בשעת עס איז פארגעקומען די "אגודת ישראל" יערליכע סאמיט מיט די ישיבה אדמיניסטרעיטערס זיי אנצוווייזן וויאזוי מען קען געניסן פון מער רעגירונג פאנדינג, וואו עס האט אויפגעטרעטן אויך קריסטינא קאופיין פון די הויפטן פון די רידזשענטס וועלכע האבן ארויסגעגעבן די גיידליינס פון די גזירת החינוך די פארגאנגענע סעפטעמבער, איז פארופן געווארן א פראטעסט דורך די גדולי הרבנים פון איחוד הרבנים ד'ניו יארק וועלכע שרייבן אין זייער קול קורא "השקט לא נוכל נגד השמועה המחרידה על ישיבה סאמיט העומד להתקיים אשר בו נקראו מנהלי המוסדות להתאסף יחד עם העדיוקעישן דעפארטמענט לשמוע מפי גוזרי הגזירות בעצמם איך יכולים להרבות פראגראמען וכתוצאה מזה ליפול בפח יוקשים לתת חרב בידם להשתלט על המוסודות התורה כרצונם[16][17].


ר' דוד ראזענבערג זומער תשע"ט אין מחנה רב טוב ד'סאטמאר[18]


פעטוועי[19]

צעהלים האט אריינגעשיקט א טיים ליין פלען[20]

א יאר שפעטער האבן נאך 7 מוסדות אויך אריינגשיקט[21]

  • ישיבה תורה ויראה סאטמאר וויליאמסבורג
  • ישיבת בני ציון באבוב
  • ישיבה בית הילל קראסנא
  • ישיבה מחזיקי הדת דחסידי בעלזא
  • ישיבה אהבת ישראל וויזניץ
  • ישיבה יסודי התורה נחלת יעקב וויען
  • תלמוד תורה תולדות הילל קראסנא
  1. https://yaffed.org/
  2. https://www.nytimes.com/2018/03/30/nyregion/new-york-state-budget-yeshivas.html
  3. https://www.nytimes.com/2018/03/30/nyregion/new-york-state-budget-yeshivas.html
  4. http://www.nydailynews.com/amp/opinion/no-simcha-felder-albany-hostage-article-1.3905630?__twitter_impression=true
  5. יאפפעד צום סטעיט
  6. גיידליינס אדר פ"ב
  7. https://drive.google.com/file/d/1_oN_M4PAR9DLks9UPKuLTemqa0rCFo5Y/view?usp=sharing
  8. https://drive.google.com/file/d/1AY-tNHanrBghxXAlGim2alqVEuJw7EIB/view?usp=drive_link
  9. https://voice.pearlsny.org/
  10. https://drive.google.com/file/d/1tvEgzKqH_PB6UNgHcdCvaSx6an6AEJJ9/view?usp=sharing
  11. https://drive.google.com/file/d/1NSnfoyPrQUlyL-_8MUY7JAWoMntM68Fk/view?usp=sharing
  12. https://drive.google.com/file/d/1HdCecU67KfwBbBJIja284zfp3RmmCIdI/view?usp=sharing
  13. https://drive.google.com/file/d/1tMA87rabIQrxb-n5AlQ8rnf_u3hrB46J/view?usp=sharing
  14. https://groups.google.com/g/01-11/c/xCC_mBVszp0
  15. https://drive.google.com/file/d/1nYj_JfsCqLPp6vwwPRHYK4Jmsd-uAnZk/view?usp=sharing
  16. https://drive.google.com/file/d/1pIg8xHdXyZ4qkzKEQ2A4WmUhXXnvxhUT/view?usp=sharing
  17. https://ahblicklive.com/post.php?u_id=lTXVP7KnFTQWArgGcoI
  18. https://drive.google.com/file/d/1YuG25AtGbmS2Fxf0s8JssS_X5fq9Lij0/view?usp=sharing
  19. https://mail.google.com/mail/u/0?ui=2&ik=111a03fc9d&attid=0.1&permmsgid=msg-f:1807246446532444159&th=1914a11163273fff&view=att&disp=safe&realattid=f_lsxm7fjw0
  20. https://drive.google.com/file/d/1gKD_oHEmPBTGllOc41ms8iQXUhtj8S-E/view?usp=sharing
  21. https://drive.google.com/file/d/1CVPdlJ9FiYbwdWC0nV2_wehd5JyBE_QY/view?usp=drive_link