גאלדפיש

פֿון װיקיפּעדיע

דער גאלדפיש (Carassius auratus) איז א פיש פון דער קארפ פאמיליע, וואס לעבט בדרך כלל אין קאלט זיס וואסער און קען לעבן אין א נישט אנגעווארעמטן אקוואריום. ער לעבט אומגעפער 25 יאר און מערט זיך גאנץ גרינג. ער ווערט אפט געניצט לנוי צוליב זיין פילפארביקן קאליר און זיין שיין געשטאלט. די שטוביגונג פון האדעווען גאלדפיש האט אנגעהויבן אין כינע אינעם 4דן יארהונדערט פאר'ן צוועק פון עסן. אינעם 16טן יארהונדערט איז דאס פירעכץ אריבערגעגאנגען אין יאפאן, און אינעם 18טן יארהונדערט אין אייראפע און ווייטער אין אמעריקע.

זענען פאראן אסאך זגאלן פון גאלדפיש, למשל דער קאָמעט, מיט א לאנגען צעשפאלטן וויידל, און דער אויפגעבלאזענער קייער גאלדפיש.


גאלדפיש אין אן אקוואריום


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: גאלדפיש