לדלג לתוכן

אקוואריום

פֿון װיקיפּעדיע
אן אקוואריום אין בריסטאל, ענגלאנד

אן אקוואריום (מערצאל אקוואריומס) איז א פלאץ ווי מענטשן האלטן פיש און אנדערע בעלי חיים וואס לעבן אין וואסער אן אקוואריום קען זיין א קליינער טאנק, אדער א געביידע מיט עטלעכע גרויסע טאנקען.

האלטן אן אקוואריום איז א פאפולערער האבי ארום דער וועלט. מען פרובירט צו שאפן א סביבה פאר די פיש וואס איז ענלעך צו די נאטירלעכע וואוינערטער. מען דארף אכט געבן אויף וואסער קוואליטעט, ליכט, און עסן.

ס'זענען דא גרויסע אקוואריומס פארן ציבור וואס זענען , טוריסטן אטראקציעס. זיי ווייזן די פיש און אנדערע בעלי חיים אין גרויסע טאנקען. אפטמאל האלטן זיי זגאלן וואס זענען נאענט צו אויסשטארבן.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אקוואריומס