באטמאן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון בעטמען)
דער ארטיקל דיסקוטירט דער קאמיקס סופּערהעלד. טאמער זוכט איר די שטאט אין טערקיי, זעט באטמאן, טערקיי.

באַטמאַן (ענגליש: Batman, ווערטלעך: "פֿלעדערמויז-מאַן") איז א פיקטיווער כאראקטער וואס איז געשאפן געווארן דורך באָב קיין און ביל פֿינגער פֿאַר DC קאָמיקס. ער איז איינער פֿון די מערסט בארימטע און פאפולערע סופּערהעלדן. באַטמאַן האט אָנגעהויבן אין קאָמיקס ביכער און איז דערנאך געווען אין אַ סך פילמען, טעלעוויזיע פראגראמען און ביכער. עס אויך זענען דא פילע שפילכלעך און אנדערע פראדוקטן איבער באַטמאַן און אנדערע כאראקטערן און אַרטיקלען פֿון זיין אוניווערס. באַטמאַן וווינט אין דער פיקטיווער שטאָט גאָטהאַם סיטי. זיין אמתע אידענטיטעט איז ברוס װײן (Bruce Wayne), וועלכער איז א זייער רייך געשעפֿטסמאַן.

קאמיקס ביכער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

באַטמאַן איז ערשט גערופֿן "פֿלעדערמויז-מאַן" דורך באָב קיין. ער איז ערשט באווייזט געווארן אין 1939 אין "דעטעקטיוו קאמיקס נומער 27". ער איז דער צווייטער סופּערהעלד וואס איז געשאַפֿן געווארן נאך סופערמאַן. באַטמאַנ'ס אָנהייב געשיכטע איז אז ביי א יונגן עלטער האט ברוס וויין געזען זיינע עלטערן דערמארדעט דורך א גנב מיטן נאמען דזשאָ טשיל נאך וואס די פאמיליע האט אויסגעגאַנגען פֿון א טעאטער. ברוס האט באַשטימט אז ער האט געוואָלט נישט אז דאס סארט געוואַלד וואָלט פֿאַרקומען צו קיינער אנדער. ער האט געווידמעט זיין לעבן צו באשיצן זיין שטאָט גאָטהאַם סיטי. וויין האט געלערנט פילע פֿאַרשידענע וועגן צו קעמפן ביי זיין רייַפֿקייט. אלס א דערוואַקסענער, האט וויין גענוצט א פֿאַרקליידונג צו אנשרעקן פֿאַרברעכערס און פֿאַרקירצן דאס פֿאַרברעכן אין גאָטהאַם. וויין האט זיך גערופן "באַטמאַן".

באַטמאַנ'ס געצייג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

באַטמאַנ'ס אויטא, דער באַטמאָביל

באַטמאַן נוצט פילע פֿאַרשידענע געצייג צו קעמפן פֿאַרברעכנס, וואס שליסן איין זיין אויטאָ וואס הייסט דער באַטמאָביל, א ספעציעלע גארטל וואס הייסט א "געווינס גארטל", און בומעראַנגען מיט א פֿלעדערמויז פֿארעם וואס הייסן באַטאַראַנגען.

פריינט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

באַטמאַן ווערט אויך געהאָלפֿן דורך אנדערע מענטשן אין גאָטהאַם. א טייל זיי אויך טראגן פֿאַרקליידונגען און ווערן סופּערהעלדן ווען זיי העלפן אים. צווישן די מענטשן וואס העלפן אים זענען זיין שותף ראָבין (דיק גרייסאָן), זיין באַדינער אַלפֿרעד פּעניוואָרט, פאליציי גובערנאַטאר דזשיימס גארדאן, "וויין ענטערפרייזן" אַדמיניסטראַטאר לוציוס פֿאָקס, און גארדאנ'ס טאכטער באַרבאַראַ גארדאן. באַרבאַראַ גארדאן איז געווארן א סופּערהעלדין מיטן נאמען באַטגערל (און דערנאך אראַקל). גובערנאטאר גארדאן נוצט דעם פֿלעדערמויז-סיגנאַל, וואס שיינט א ליכט אינעם הימל מיט א שאטן פֿון א פֿלעדערמויז צו רופן באַטמאַן פֿאַר הילף.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: באטמאן