באטמאן

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער ארטיקל דיסקוטירט דער קאמיקס סופּערהעלד. טאמער זוכט איר די שטאט אין טערקיי, זעט באטמאן, טערקיי.
Batman (black background).jpg

באַטמאַן (ענגליש: Batman, ווערטלעך: "פלעדערמויז-מאַן") איז א פיקטיווער כאראקטער וואס איז געשאפן געווארן דורך באָב קיין און ביל פֿינגער פאר DC קאָמיקס. ער איז איינער פון די מערסט בארימטע און פאפולערע סופּערהעלדן. באַטמאַן האט אָנגעהויבן אין קאָמיקס ביכער און איז דערנאך געווען אין אַ סאַך פילמען, טעלעוויזיע פראגראמען און ביכער. עס אויך זענען דא פילע שפילכלעך און אנדערע פראדוקטן איבער באַטמאַן און אנדערע כאראקטערן און אַרטיקלען פון זיין אוניווערס. באַטמאַן וווינט אין דער פיקטיווער שטאָט גאָטהאַם סיטי. זיין אמתע אידענטיטעט איז ברוס װײן (Bruce Wayne), וועלכער איז א זייער רייך געשעפֿטסמאַן.

קאמיקס ביכער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

באַטמאַן איז ערשטנס געהייסן "פֿלעדערמויז-מאַן" דורך באָב קיין. ער האט ערשטנס אויפֿגעטראָטן אין 1939 אין "דעטעקטיוו קאמיקס נומער 27". ער איז דער צווייטער סופּערהעלד וואס איז געשאַפֿן געווארן נאך סופערמאַן. באַטמאַנ'ס אָנהייב געשיכטע איז אז ביי א יונגן עלטער האט ברוס וויין געזען זיינע עלטערן דערמארדעט דורך א גנב מיטן נאמען דזשאָ טשיל נאך וואס די פאמיליע האט אויסגעגאַנגען פון א טעאטער. ברוס האט באַשטימט אז ער האט געוואָלט נישט אז דאס סארט געוואַלד וואָלט פארקומען צו קיינער אנדער. ער האט געווידמעט זיין לעבן צו באשיצן זיין שטאָט גאָטהאַם סיטי. וויין האט געלערנט פילע פארשידענע וועגן צו קעמפן ביי זיין רייַפֿקייט. אלס א דערוואַקסענער, האט וויין גענוצט א פֿאַרקליידונג צו אנשרעקן פֿאַרברעכערס און פֿאַרקירצן דאס פֿאַרברעכן אין גאָטהאַם. וויין האט זיך גערופן "באַטמאַן".

באַטמאַנ'ס געצייג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

באַטמאַנ'ס אויטא, דער באַטמאָביל

באַטמאַן נוצט פילע פארשידענע געצייג צו קעמפן פארברעכן, וואס שליסן איין זיין אויטאָ וואס הייסט דער באַטמאָביל, א ספעציעלע גארטל וואס הייסט א "געווינס גארטל", און בומעראנגען מיט א פלעדערמויז פארעם וואס הייסן באַטאַראַנגען.

פריינט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

באַטמאַן ווערט אויך געהאָלפֿן דורך אנדערע מענטשן אין גאָטהאַם. א טייל זיי אויך טראגן פֿאַרקליידונגען און ווערן סופּערהעלדן ווען זיי העלפן אים. צווישן די מענטשן וואס העלפן אים זענען זיין שותף ראָבין (דיק גרייסאָן), זיין באַדינער אַלפֿרעד פּעניוואָרט, פאליציי גאווערנאַטאר דזשיימס גארדאן, "וויין ענטערפרייזן" אַדמיניסטראַטאר לוציוס פֿוקס, און גארדאנ'ס טאכטער באַרבאַרע גארדאן. באַרבאַרע גארדאן איז געווארן א סופּערהעלדין מיטן נאמען באַטגערל (און דערנאך אראַקל). גאווערנאטאר גארדאן נוצט דער באַט-צייכן, וואס שיינט א ליכט אינעם הימל מיט א שאטן פון א פלעדערמויז צו רופן באַטמאַן פאר הילף.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: באטמאן