בנציון וויטלער

פֿון װיקיפּעדיע

בנציון וויטלער (1907 - 1961) איז געווען א באקאנטער זינגער אויף דער יידישער שפראך.

וויטלער איז געבוירן געווארן אין בעלז, גאליציע (היינט אוקראינע) אין 1907 צו א חסידישער משפחה.

ביי די צוועלף יאר האט ער אנגעהויבן שפילן ביי דער פרייער יידישער פאלקסבינע אין ווין, עסטרייך. א שטיק צייט איז ער געווען א זשורנאליסט, נאכער איז ער צוריק אין טעאטער. אין 1940 האט ער אימיגרירט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע.