בנימין מילער

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בנימין מילער (ענגליש: Benjamin Muller) איז דער וועלט־באַריהמטער חזן פון דער שומרי הדת קהילה אין אנטווערפן, בעלגיע.

ער האט געקריגן א מעדאל פינעם בעלגישן קעניג. זיין ערשטע נאכט סליחות דאווענען וועהרט יעהרלעך געוויזן אויף די קעניגלעכע טעלעוויזיע-קאנאל אין בעלגיע.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

בנימין מילער איז געבוירן אין גענף, שווייץ צו זיין פאטער אברהם מילער און זיין מוטער חוה שטערנבערג. ער שטאמט פון א רבנישער און חזנישע משפחה פון וועלכע זענען דא עד היום אסאך רבנים ומרביצי תורה. זיין מוטערליכער זיידע ר' שמואל שטערנבערג, פון די "יושבים" אין בעלז, איז גיווען א בעל תפילה ובעל מנגן נאך אין גאליציע און דערנאך אין גענף.

אהרן מילער, רב אין באדען שווייץ, איז זיין ברודער.

חזנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

בנימין מילער האט געיַרשענט זיין וואונדערליכע שטימע דורך זיין מאמע, וואס פלעג אים זינגען חזנות שטיקלעך ווען ער איז געווען א קליין קינד.

ער איז געווען חזן אין יאהאנעסבורג, דרום אפריקע און מאנטרעאל, קאנאדע. היינט דינט ער אלס הויפט חזן פון דער שומרי הדת קהילה אין אנטווערפן, בעלגיע. ער איז היינט א וועלט באקאנטער חזן וואס איז גלייכצייטיג אויך באקאנט אלס א גרויסער ת"ח ויר"ש.

זיינע קינדער יוסף (תל אביב), ישראל (בריסל) און רפאל חיים (מאנטשעסטער) זענען אלע פּראמינענטע חזנים.

ספרים און ביכער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פירושים אויף קהלת און שיר השירים, אזוי אויך קאמיקס פאר קינדער.

אָלבאָמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • CONCERT HIGHLIGHTS
  • אבן שסיה
  • KOL NIDRE AND OTHER PRAYERS
  • חנוכה קאנצערט
  • סליחות

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]