בן ציון מארקאוויטש
מראה
ר' בן ציון מארקאוויטש איז א וויזשניצער חסיד וואס וואוינט אין וויליאמסבורג. ער פארשפרייט די אלגעמיינער זשורנאל, המודיע און אלע ישראלישע צייטונגען אין די ניוז סטענדס פון גרויס־ניו יארק.
ער האט א שטיק צייט געהאט אן אייגענע צייטונג אין יידיש וואס האט אנגעהאלטן אפאר חדשים, און געהייסן די וואך.
ער איז א באקאנטער פיקסטשער אין וויליאמסבורג בכלל, און אין די חרדישע מעדיע בפרט, זייענדיג א פובליק מבין.