בוכטע פון בענגאל
מראה
די בוכטע פון בענגאל, וואס איז די גרעסטע בוכטע אין דער וועלט, איז דער צפון־מזרח טייל פונעם אינדישן אקעאן. זי האט די פארעם פון א דרייעק. זי גרענעצט אינדיע און סרי לאנקא צו מערב, באנגלאדעש צו צפון, און מיאנמאר און די אנדאמאן אינזלען צו מזרח.
די בוכטע פון בענגאל באדעקט א שטח פון 2,172,000 ק"מ2. די גאנגעס און בראהמאפוטרא טייכן פליסן אריין אין דער בוכטע. צווישן די חשובע פארטן אויף דער בוכטע זענען קאדאלור, ענארע, טשיניי (מאדראס), טשיטאגאנג און יאנגאן.