באב דער בויער

פֿון װיקיפּעדיע
באב דער בויער
Bob the Builder
www.bobthebuilder.com

באָב דער בויער (ענגליש: Bob the Builder) איז אַ בריטישע אַנימירטע טעלעוויזיע סעריע פאַר קינדער, וואס איז געשאפֿן געווארן דורך קיט טשאַפּמאַן. זי איז טראנסמיטירט געווען אויף דער BBC און אַרום דער וועלט. זי איז ערשט טראנסמיטירט געווארן דעם 28סטן נאוועמבער 1998, און איז אנטוויקלט געווארן דורך "היט ענטערטיינמענט" פאַר BBC טעלעוויזיע.

די סעריע איז וועגן דעם לעבן פֿון אַ קאָנסטרוקציע אַרבעטער מיטן נאמען באָב, און זיינע רעדנדיקע שווערע מאַשינען וואס העלפֿן אים פֿאַרריכטן זאַכן. באָב לעבט מיט ווענדי און זיי האבן אַ קאַץ מיטן נאמען פּילטשאַרד. דער סלאָגאַן פֿון די סעריע איז "קענען מיר עס פֿאַרריכטן? יאָ, מיר קענען!".

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]