קאנסטרוקציע ארבעטער

פֿון װיקיפּעדיע

א קאנסטרוקציע ארבעטער איז איינער וואס זיין שטעלע איז צו ארבעטן אויף א קאנסטרוקציע ארט ביי וועלכער סטרוקטורן ווי בריקן אדער הייזער ווערן געבויט. קאנסטרוקציע ארבעטערס ניצן פילע סארטן געצייג (ווי שופֿלען און מוטערשליסלען) און אפערירן מאשינען און פארמיטלען ווי לאסטאויטאס און בולדאזערס. ארבעטן אין קאנסטרוקציע קען זיין געפֿערלעך, ווייל איינער קען פֿאַלן אדער האבן א שווערער אביעקט פֿאַלן אויף אים. קאנסטרוקציע ארבעטערס דאַרפן טראגן זיכערהייט קליידונג צו באשיצן זיך, ווי לעדער ארבעט שטיוואלעס מיט א מעטאלן עק, קאנסטרוקציע העלמען פון פלאסטיק, און ספעציעלע ברילן צו באשיצן זייערע אויגן. א סך קאנסטרוקציע ארבעטערס אויך טראגן אָפּשפּיגלענדיקע זיכערהייט וועסטלעך, צו העלפן שאָפֿערס און אנדערע קאנסטרוקציע ארבעטערס וויסן זיי.