אנא מארגאלין
געבורט |
21 יאנואר 1887 בריסק, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
29 יוני 1952 (אלט 65) ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
פאך | דיכטער, שרייבער |
אַנאַ מאַרגאָלין איז דער פּעננאָמען פֿון רויזע האַרנינג לעבנסבוים (1887–1952), אַ יִידיש־שפּראַך שרײַבערין.
אַנאַ מאַרגאָלין איז געבוירן געװאָרן אין בריסק, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלאַרוס) אין 1887 צו מנחם לעבנסבוים און זיין ווייב דבורה לאה (ראזנבלום). איר טאַטע איז געווען אַ חסיד און שפּעטער אַ משכיל און ציוניסט, אַנאַ האָט זיך געלערנט וועלטליכע שטודיעס און העברעיש. זי איז צום ערשטן מאָל געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1906 און האָט געוואוינט דאָרטן נאָך 1913. דאָרטן האָט זי געשריבן דאָס רוב פֿון איר פּאָעזיע.אַנאַ מאַרגאָלין איז געװען פֿאַרבונדן סײַ מיט דער פּאָעט גרופּע ″די יונגע″ און סײַ מיט די אַנדערע פּאָעטן אין ניו־יאָרק, ″אין זיך″.
אין איר לעבן איז אַרויסגעקומען נאָר איין בוך פון אירע לידער, װאָס הייסט סתם ″לידער″ (1929). אין 2008 האט שירלי קומאָװע איבערגעזעצט אויף ענגליש אַלע אירע פּאָעזיע אין אַ נײַע בוך, ″Drunk from the Bitter Truth″ װאָס האָט אַלע לידער פֿון ″לידער″ און נאָך לידער װאָס זײַנען געװען קיינמאָל נישט ארויסגעגעבן.
איר דריטער מאן איז געווען ראובן אייזלאנד.
אַנאַ מאַרגאָלין איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1952.