אליעזר קרויס
אליעזר קרויס (פסעוודאנים; פערזענליכער נאמען: ישעי' איצקאוויטש) איז א אידישער רעדנער און קאמענטאטאר באקאנט בעיקר דורך זיין פאדקעסט וואס הייסט ״אקטועלע אנאליזן״ אויף קול מבשר וואס הייסט צו האבן גאר אסאך צוהערער. אין זיינע שמועסן באהאנדלט ער אקטועלע ענינים און קאנטראווערסיאלע טעמעס אין דער חרדישער וועלט.
בעיקר האט ער זיך באקאנט געמאכט מיטן אויפשטורעמען די וועלט מיט זיינע קאמפיינס איבער עקאנאמישע ענינים, בפרט די הויכע הוצאות פון חתונה מאכן, די קאסטן פון שטריימלעך און אנדערע לעבנס אויסגאבן. ער רעדט אפט פון וועגן צו פארקלענערן הוצאות און מוטיגט משפחות צו זוכן ביליגערע אלטערנאטיוון.
צווישן זיינע באקאנטע שטעלונגען איז זיין רוף פאר חרדישע משפחות צו באטראכטן זיך אריבערצוציען פון טייערע חרדישע געגנטער אין ניו יארק צו ביליגערע געגנטער. ער האט אויך געשטיצט א פלאן צו אנטוויקלען א חסידישע קהילה אין פלארידע, און האט אין זיינע פראגראמען אפט ארויסגעשטעלט די מעלות פון וואוינען אין פלארידע.
דער פראגראם אקטועלע אנאליזן איז במשך א לענגערן צייט ארויסגעקומען יעדע וואך מאנטאג און דאנערשטאג. שפעטער איז דער סדר געענדערט געווארן, און דער הויפט פראגראם ווערט ארויסגעגעבן נאר דאנערשטאג, בשעת דער מאנטאג פראגראם איז ערזעצט געווארן מיט א וועכנטליכער זונטאגדיגער דעבאטע צוזאמען מיט יושע ווייס.
ער פארמאגט אויך א האטליין וואס דארט ליגט אלע זיינע שמועסן וואס זענען געווען צו קאנטערווערסיאל אז מען האט עס אראפגענימען פון קול מבשר די נומער איז 6054776891
לויט פובליצירטע באריכטן איז דער נאמען אליעזר קרויס איז א פסעוודאנים פאר ישעי' איצקאוויטש א ביזנעסמאן און חבר הנהלת המוסדות פון אהבת שלום מאנסי.