אליעזר קעסטנבוים
מראה
הנגיד רבי אליעזר קעסטנבוים מיט רבי זלמן לייב פון סאטמאר | |
געבורט | 1952 (אלט 72 בערך) |
---|---|
אליעזר קעסטענבוים (געב׳ תשי״ב) איז א מיליאנער, א גרויסער תורה פילאנטראפ, ער האט געגרינדעט - און האלט אויס - א כולל "דמשק אליעזר" אין וויליאמסבורג וואו עס זיצן יונגעלייט און זענען זיך משלים.
אויך האט ער אויפגעבויעט אין ירושלים א קריה מיטן נאמען "קרית ויואל משה" ע"ש דעם סאטמארער רבין זצ"ל וואו מען האט צוגעשטעלט דירות פאר א ביליגן פרייז.
ער איז געווען די סאמע נאנטסטע מענטש פארן ברך משה משה גבאי און ר' אהרן טייטלבוים
ער געהערט צו דער פארטיי פון רבי זלמן לייב טייטלבוים, סאטמאר רבי אין וויליאמסבורג, אויך איז ער אלע יארן געווען שטארק מקורב צום פריערדיגן סאטמארער רבי׳ן, רבי משה טייטלבוים.
ער וואוינט אין וויליאמסבורג.