אלימלך רובין (יאוואראוו)
רבי אלימלך רובין זצ"ל (דער צווייטער) (ה'תרי"ג - כ' חשוון ה'תרס"ה), פון יאוואראוו, באקאנט אלס רבי מיילך יאווארעווער.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלימלך איז געבוירן אין בעלזא אין יאר ה'תרי"ג (אומגעפער) , צו זיין פאטער הרב יצחק רובין, פון בראד, באקאנט אלס רבי איציקל בראדער, א זון פון הרב אלימלך רובין, רב אין סאקאלאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת איידיל א טאכטער פון הרב שלום רוקח דער שר שלום פון בעלזא.
סגי נהור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אלס קינד אין עלטער פון צוויי יאר איז רבי אלימלך בלינד געווארן פון א קינדער קרענק (פּאָקן), זיין מוטער מרת איידיל (זי האט שוין פריער פארלוירן עטליכע קינדער) האט גענימן דאס קינד און געלייגט אויף איר פאטער דער שר שלום'ס בעט און געזאגט "נעם דאס אויך", האט איר פאטער געזאגט "עס וועט אים נישט פעלן די אויגן", און איר צוגעזאגט אז ס'וועט אים נישט שאדן.
דער וואונדער פון דעם בעלזער רב'ס ברכה איז געווען א געוואלדיגע איבערראשונג פאר אלע וואס האבן געקענט רבי אלימלך'ן, נאכדעם וואס זיין מלמד האט פאר אים געמאכט ספעציעלע אותיות פון וואקס, האט רבי אלימלך דורך געלערנט ש"ס און פוסקים, ער האט געדענקט ש"ס פון אויסנווענדיג.
דיאמאנד הענדלערס פלעגן ברענגן דימנאנד שטיינער צו רבי אלימלך'ן אנצושעצן, ער פלעגט לייגן די שטיינער אין מויל און אזוי ארום שעצן דעם שטיין.
רבי אלימלך איז געווען אמאל ביי זיין ברודער רבי שמעלקא אין סערעט וועלכער האט געוואוינט נעבן די באן סטאנציע, האט רבי אלימלך'ן, גענימן ערלויבעניש און דורך געטאפט מיט זיינע הענט דעם ערשטען לאקאמאטיוו אין די לענג און אין די ברייט, ווען ער איז אריין אין שטוב האט ער פון צוויי קילא וואקס נאכגעמאכט א גענויען מאדעל פון דעם לאקאמאטיוו, ווען דער דירעקטאר פון די סטאנציע האט דערפון געהערט האט ער געשאנקן א פרייס פאר רבי אלימלך'ן, צו מעגן פארן אויף די באנען א גאנץ לעבן פאר א פערטעל פרייז.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך וואס רבי אלימלך איז א חתן געווארן איז ער געפארן קיין קאמינקא לערנען ביי רבי יהושע'לע קאמינקע. נאך זיין מוטער'ס פטירה י"ד כסלו ה'תרמ"ו האט רבי אלימלך זיך געצויגן קיין שעברעשין אין רוסלאנד, נאכהער אין יאר ה'תר"ן ווען ער האט געמוזט פארלאזן רוסלאנד האט ער זיך באזעצט אין יאוואראוו.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלימלך איז נפטר געווארן אין בעלזא כ' חשוון ה'תרס"ה, אין ליגט אין בעלזא.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלימלך האט געהייראט בזיווג ראשון מרת חנה פעשא א טאכטער פון הרב יעקב משה פון היבנוב. זייערע קינדער:
- הרב שרגא פייוויש רובין הי"ד (ה'תרל"ח (אומגעפער) - ב' אייר ה'תש"ג), פון יאוואראוו.
- מרת שרה רייזל, די ווייב פון הרב מאיר שמערלער.
בזיווג שני האט רבי אלימלך געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב אלעזר ווייסבלום (דער צווייטער) פון ליזשענסק. זייערע קינדער:
- מרת גיטל הי"ד, די ווייב פון הרב מרדכי חיים שלמה זילבערפארב פון טאפאראוו.
- מרת אידל די ווייב פון הרב יעקב הורוויץ, פון מעליץ.
- מרת שיינדיל רייצא די ווייב פון הרב אפרים דוד טייטלבוים, פון הוסאקאוו.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זרעא קדישא
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר