לדלג לתוכן

שרגא פייוויש רובין

פֿון װיקיפּעדיע

רבי שרגא פייוויש הי"ד (ה'תרל"ח (אומגעפער) - ב' אייר ה'תש"ג), פון יאוואראוו.

רבי פייווישל איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ח (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלימלך רובין פון יאוואראוו, א זון פון הרב יצחק רובין, פון בראד, באקאנט אלס רבי איציקל בראדער, א זון פון הרב אלימלך רובין, רב אין סאקאלאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת חנה פעשא א טאכטער פון הרב יעקב משה פון היבנוב.

רבי פייווישל איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער, רב אין יאוואראוו, (נאך די פטירה פון פאטער אין יאר ה'תרס"ה האט רבי פייווישל נישט געוואלט איבערנעמן דאס רבנות, ביז דער פריערדיגער בעלזער רב, רבי ישכר דוב רוקח האט אים באפוילן אז ער מיז.

רבי פייווישל איז אומגעקומן אויף קידוש השם ב' אייר ה'תש"ג, הי"ד.

רבי פייווישל האט געהייראט מרת מרים רחמה א טאכטער פון הרב שמואל שמעלקא רוקח פון קאזשניץ. זייערע קינדער:

  • הרב אשר ישעיה רובין הי"ד (ה'תרנ"ג (אומגעפער) - יום כפור י' תשרי ה'תש"ג), דער לעצטער רב אין ראדיכאוו. ער האט געהייראט מרת שיינדיל רבקה א טאכטער פון הרב יצחק רובין-שפירא פון ראדיכאוו היד. איין טאכטער וואס האט איבערגעלעבט דעם חורבן אירופא:
  • מרת חנה (פעשע) די ווייב פון הרב משה מאסטער פון ניו יארק.
  • זרעא קדישא
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר