אינדיאנע דזשאנס

פֿון װיקיפּעדיע
אינדיאַנע דזשאָנס

האַריסאָן פֿאָרד אַלס אינדיאַנע דזשאָנס (2008)
ערשטער אויפֿטרעט "די רויבערס פונעם פארלוירענעם קאסטן" (1981)
שאַפֿערס דזשאָרדזש לוקאַס
סטיווען ספּילבערג
אקטיארן האַריסאָן פֿאָרד
ריווער פֿעניקס (אַלס אַ קינד)
אינפארמאציע
פולער נאמען הענרי וואָלטאָן דזשאָנס דער יינגער
מין זכר
פֿאַך אַרכעאָלאָג
היסטאָריקער
לינגוויסט
סטראַטעגישע דינסטן מיניסטעריום אַגענט (אין די צווייטע וועלט-מלחמה)
משפחה הענרי וואָלטאָן דזשאָנס דער עלטער (פֿאָטער, געשטאָרבן)
אַנאַ מערי דזשאָנס (מוטער, געשטאָרבן)
מעריאָן רייבאָנד (חברטע)
מאַט וויליאַמס (זון)

דאָקטאָר הענרי וואָלטאָן "אינדיאַנע" דזשאָנס דער יינגער (ענגליש: .Dr. Henry Walton "Indiana" Jones, Jr) איז א פֿיקטיווער אמעריקאנער פראפעסאר, ארכעאלאג און אוואנטורער.

ער האט אויפֿגעטראָטן אין אַ פֿילם סעריע פראדוצירט דורך דזשארדזש לוקאַס און רעזשיסירט דורך סטיווען ספילבערג אין די 1980ער, אין וועלכע ער איז געשפילט געווען דורך דער אקטיאר האַריסאָן פֿאָרד.

אינדיאַנע דזשאָנס איז באקאנט פֿאר זיין קאַנטשיק, זיין פֿעדאָראַ הוט און זיין גרויסער מורא פֿון שלענג.

"אינדיאַנע דזשאָנס" איז אויך דער נאמען פֿון די סעריע, וואס שליסט איין פֿינף פֿילמען, א טעלעוויזיע סעריע, ראמאנען, קאמיקס, ווידעא שפילן און אנדערע מעדיע.

פילמען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אינדיאַנע דזשאָנס