אטלאנטיק סיטי
אטלאנטיק סיטי (ענגליש: Atlantic City) איז א שטעטל אין ניו זשערסי וואס גרעניצט זיך מיטן אטלאנטישן אקעאן, וואס איז ברייט באקאנט אלס די לאס וועגאס פון דעם איסטערן ראיאן מיט אירע קאסינאס און רעזארט האטעלן פאר וואקאציע.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר 2000 האט די באפֿעלקערונג פון אטלאנטיק סיטי געהאלטן ביי 40,517.
דער בירגערמייסטער איז באב לעווי.
אזוי ווי די שטאט האט זיך געפלאגט מיט אסאך ארימקייט און קרימינאלן האבן די וויילער אין א פריוו אפצושטעלן דאס, (1976) געשטימט צו בארעכטיגען דאס אויפבוי פון קאסינאס.
אין (1978) האט זיך די ערשטע קאסינא געעפנט (רעז אינטערנעשאנעל) און ביז היינט איז דא דארט 11 קאסינאס וואס דאס האט פאר די דארטיגע איינוואוינער צוגעשטעלט אסאך ארבעט, נארמאל איז אטלאנטיק סיטי די אונטער-פיהרער נאך לאס וועגאס אבער און די 1970 - 1980 יאהרען ווען לאס וועגאס איז פוהל געווען מיט קרימינאלע אקטיוויטעטן פון מאפיא גענגס און נאך, איז אטלאנטיק סיטי געווען די קעפיטאל פאר געמבלינג, און 2003 האט אטלאנטיק צובאקומען א נייע געשמאקייט ווען בארגאטא איז געעפֿנט געווארען וואס צילט צו כאפן די יונגווארג,
דער אטלאנטיק סיטי אינטערנאציאנאלער ערפארט איז פלאצירט 9 מייל פון אטלאנטיק סיטי.
11 קאסינאס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- 1} באליס אטלאנטיק סיטי: 1,748 צימערן: 80,000 סקווער פיס: געעפֿנט -- דעצעמבער 30, 1979 [1]
- 2} בארגאטא: 2,002 צימערן: 125,000 סקווער פיס: געעפֿנט -- יולי 2, 2003 [2]
- 3} סיזערס אטלאנטיק סיטי: 1,400 צימערן: 124,720 סקווער פיס: געעפֿנט -- מאי 1979 [3] (ארכיווירט 29.12.2006 ביי דער Wayback Machine)
- 4} האראס אטלאנטיק סיטי: 1,628 צימערן: 112,000 סקווער פיס: געעפֿנט -- פעברואר 1980 [4] (ארכיווירט 24.12.2006 ביי דער Wayback Machine)
- 5} אטלאנטיק סיטי הילטאן: 805 צימערן: 60,000 סקווער פיס: געעפֿנט -- 1980 [5] (ארכיווירט 21.12.2006 ביי דער Wayback Machine)
- 6} רעזארטס אטלאנטיק סיטי: 644 צימערן: 100,000 סקווער פיס: געעפֿנט -- מאי 26, 1978 [6]