לדלג לתוכן

אחד יחיד ומיוחד

פֿון װיקיפּעדיע

אחד יחיד ומיוחד איז א מוזיק קאסעטע מיט אלטע און נייע חסידישע ניגונים קאמפאזירט פאר די קרעטשניפער הויף (רחובות) ארויסגעגעבן דורך לחיים הפקות לכבוד די חתונה פונעם רבין'ס טאכטער מיטן חתן רבי ישכר בעריש קאהן זוהן פון תולדות אברהם יצחק רבי.

אלע ניגונים זענען קאמפאזירט דורך רבי פינחס שיינבערגער, א גבאי אין קרעטשניפער הויף - אויסער צוויי ניגונים וועלכע זענען קאמפאזירט דורך חסידי תולדות אברהם יצחק: אהרן דיאמאנט און אהרעלע סאמעט.

די סאלאו זינגער זענען: אהרלע סאמעט, אברהם ווייס, יודל מילער און נפתלי דוד.

אויף פידל שפילט דניאל אהביאל. ליפא שמעלצער האט אויך ארויסגעהאלפן.

פאלגענד רעכענען מיר אויס די טרעקס, וואס פיער פון זיי, וואס ווערט אנגערופן מחרוזת אנטהאלט מער ווי איין ניגון.

ערשטע זייט:

  • מחרוזת אחד יחיד ומיוחד - פינעף ניגונים
  • לב טהור
  • ניגון מצוה, טאנץ
  • מחרוזת כמופת - דריי ניגונים, די דריטע קאמפאזירט דורך אהרן דיאמאנט

צווייטע זייט:

  • מחרוזת בורא עולם - פיער ניגונים
  • ויהי נועם, קאמפאזירט און געזונגען דורך אהרלע סאמעט
  • וואלץ
  • מחרוזת שבח - צוויי ניגונים