אחד העם
געבורט |
18 אויגוסט 1856 סקווירא, אוקראינע |
---|---|
טויט |
2 יאנואר 1927 (אלט 70) תל אביב-יפו, בריטישער מאנדאט |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע, סאוועטן פארבאנד |
קבורה ארט | טרומפלדאר בית החיים |
פאך | שרייבער, זשורנאליסט |
אונטערשריפט | |
אחד העם (18טן אויגוסט 1856 - 2טן יאנואר 1927) איז דער פסעוודאנים פון אשר צבי (הירש) גינצברעג וואס איז געווען פון די הויפט דענקער פון ציוניזם, און דער גרינדער פון דעם גייסטישן ציוניזם.
ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט סקווירא, אין קיעווער פראווינץ, 18טן אויגוסט 1856. ער האט באקומען א טראדיציענעלע חינוך, אין חדר און אין ישיבה, אבער אין איינוועגס האט ער זיך ארייגעטון אין פילאסאפיע. אלטזייענדיק 20 יאר, האט ער אנעהויבן לייענען דייטשישע, און פראנצויזישע ליטעראטור. ער האט פרובירט צו ווערן אנגענומען אין עטליכע אוניווערסיטעטן, וואס געפינען זיך אין אייראפע אבער אן דערפאלג.
אין יאר 1884, האט ער זיך באזעצט אין אדעס, ווו ער האט אנגעהויבן שרייבן ארטיקלען, וואס נעמען ארום דעם פראבלעמאטיק, פון יידישן לעבן אין מזרח אייראפע. זיין ערשטע ארטיקל "לא זו הדרך" האט אים גרויס געמאכט ביי דער חובבי ציון ארגאניזאציע.
ער איז געווען פארנומען, אין א גרויסע טייל פון זיינע ארטיקלען, וואס ער האט געשריבן, איבער דער אסימילאציע פון די יידן אין מערב אייראפע, און שפעטער אין די פאראייניקטע שטאטן.
ער איז אוועק אין תל אביב, דעם 2טן יאנואר 1927.