אברהם משה פרענקל

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב אברהם משה פרענקל [מב"ח] (געב' ה'תשל"א) איז באקאנט מיט זיין אויפטון בנוגע בחורים נושרים וואס פארן אפ און דרייען זיך אן א ישיבה.

אברהם משה איז געבוירן תשל"א אין לאנדאן צו זיין טאטע ר' בנציון פרענקל אן אייניקל פון ברוך טעם . ער האט געלערנט אין דעם סאטמארער חדר אין לאנדאן און נאכדעם איז ער אריבער לערנען אין ישיבת תורת חסד וואס איז נתייסד און אנגעפירט דורך זיין קרוב און רבי הרב אברהם שמואל שטערן וואס פון אים האט ער בעיקר מקבל זיין דרך אין חסידות און קירוב רחוקים. דערנאך האט ער געלערנט און ישיבת תורה ויראה, קרית יואל מאנרא.

אין לאנדאן האט ער זיך געדרייט אסאך ביי זקני חסידי חב"ד אזוי ווי הרב מענדל פוטרפאס ביי וועמען ער האט זיך קונה געווען שטארקע ידיעות און חסידות חב"ד וואס ביז היינט פירט ער פארברענגנס כנוסח זקני חסידי חב"ד. אויך האט ער משמש געווען הרב יהודה הורוויץ, דער דזשיקאווער רבי אין לאנדאן.

נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין אנטווערפן און אנגעהויבן מיט זיין עבודת הקודש פון קירוב רחוקים און האט שוין באוויזן גדולות ונצורות צוריק צוברענגען אפי' מחללי שבת. היינט האט ער בערך 300 תלמידים און דער וועלט און פראוועט כסדר שבתים מיט זיינע תלמידים.

זיינע שיעורים אין חסידישע ספרים ווערן געהערט דורך זיין חבורה דורשי אמונה.