אברהם יהושע העשל

פֿון װיקיפּעדיע
אברהם יהושע העשל
געבורט 11 יאנואר 1907
ווארשע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 23 דעצעמבער 1972 (אלט 65)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אברהם יהושע העשל (ענגליש: Abraham Joshua Heschel;‏ כ"ה טבת ה'תרס"ז - י"ח טבת ה'תשל"ג, 11טן יאנואר 1907 - 23סטן דעצעמבער 1972), איז געווען א קאנסערוואטיווער טעאלאג און דענקער אין אמעריקא.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אברהם יהושע העשל איז געבוירן געווארן און תרס"ז אין ווארשע, קאנגרעס פוילן, צו זיין פאטער רבי משה מרדכי העשל, מעזשביזשער רבי, וואס איז געווען אן אייניקל פונעם אפטער רב. פון זיין מאמע רייזל, א טאכטער פונעם נאוואמינסקער רבי׳ן, איז געווען אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב און פון דעם בארדיטשאווער רב זי׳׳ע, דעם ״קדושת לוי״.

ער איז געווען א תלמיד פון רבי מנחם זעמבא, און האט באקומען היתר הוראה אין א יונגער עלטער.