שמואל אויערבאך

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
שמואל אויערבאך
{{{באשרייבונג}}}
געבורט י' תשרי ה'תרצ"ב, 21סטן סעפטעמבער 1931
שערי חסד, ירושלים
טעטיקייט ירושלים
געהערט צו ליטווישע
אנדערע אמטן חבר אין מועצת גדולי התורה פון דגל התורה
זיינע רביס זיין פאטער רבי שלמה זלמן אויערבאך
הרב שך
תלמידים אמשינאווער רבי, הרב שלום יוסף געלבער, הרב יאשיהו פינטא, הרב דוד חי אבוחצירא
חיבורים דרכי שמואל, אהל רחל

הרב שמואל אויערבאך (געב' י' תשרי ה'תרצ"ב, 21סטן סעפטעמבער 1931) איז דער ראש ישיבה פון דער מעלות התורה ישיבה אין ירושלים, א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה און א מיטגליד אין דעם נשיאות פון די וועד הישיבות. נאך דער פטירה פון הרב יוסף שלום אלישיב פירט ער דעם קאנסערוואטירן שטראם פון דעם ליטווישן ציבור אין ישראל; ער ווערט פאררעכנט ווי דער וואס איז ממשיך די השקפה פון הרב שך.‏[1]

לעבנסגעשיכטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער איז געבוירן געווארן אין דעם שערי חסד געגנט פון ירושלים, דער בכור פון הרב שלמה זלמן אויערבאך. זיין סנדק איז געווען היה הרב אברהם יצחק הכהן קוק[2].

אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט אין ישיבת עץ חיים, און אויך ביי זיין פאטער. ער האט משמש געווען הרב שמשון אהרן פאלאנסקי, דער טעפליקער רב, און ער איז געווען נאנט צום בריסקער רב און רבי יעקב ישראל קאניעווסקי ("דער סטייפלער"). אין רב שך'ס לעצטע יארן פלעג הרב אויערבאך באזוכן אים אין זיין הויז אין בני ברק גאנץ אפט.

יונגערהייט איז ער געווען א ראש ישיבה אין דער אמשינאווער ישיבה "שם עולם". אין די 70ער יאר האט הרב מרדכי עליפאנט אים באשטימט א ר"מ אין ישיבת איתרי אין ירושלים, וואו ער איז געבליבן ביז תשל"ז (1977).

ראש חודש אייר תשמ"ב (1982) האט הרב אויערבאך אויפגעשטעלט די מעלות התורה ישיבה פאר עלטערע בחורים אין שערי חסד, ירושלים. די ישיבה האט אויך א כולל מיט עטלעכע צוואנציג יונגעלייט.

אויך טוט הרב אויערבאך אין קבלה, און ער איז דער נשיא פון דער ישיבת המקובלים שער השמים; ער האט געירשנט דעם אמט פון זיין פאטער.

אין די אנהייב 2000ער יארן האט מען אים אריינגענומען אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה. ער איז א מיטגליד אין דעם פרעזידיום פון דעם וועד הישיבות.

הרב אויערבאך איז געווען א מקורב פון הרב יוסף שלום אלישיב. נאך רב אלישיבס פטירה האט זיך געמאכט א שפאלט אין דעם ליטוויש־ישיבישן עולם אין ישראל. דער גרעסטער טייל ווערט געפירט דורך הרב אהרן לייב שטיינמאן אבער דער מער קאנסערוואטיווער שטראם קוקט צו הרב שמואל אויערבאך ווי זייער מנהיג. אין יולי 2012 האט מען געעפנט די הפלס צייטונג אונטער זיין פאטראנאזש, און ער איז איר גייסטלעכער אויטאריטעט. דער עולם וואס האלט ביי הרב אויערבאך האט אויפגעשטעלט די נצח פארטיי אין ווינטער תשע"ג.‏[3]פאר די מוניציפאלע וואלן אין מרחשון תשע"ד (2013), האט די פארטיי געענדערט איר נאמען צו "בני תורה", וואס האט קאנדידירט אין ירושלים, בני ברק און מודיעין עילית, און האט געווינען סה"כ פינף זיצן.

ער איז געווען געהייראט צו מרת רחל, טאכטער פון הרב פנחס אליעזר פאקשער פון ירושלים (נפטר געווארן י"ד טבת תש"ן). זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. מוסטער:הארץ
  2. זעט דא.
  3. שבתי בנדט, קרב רב: המאבק שמסעיר את רבני דגל התורה,3טן דעצעמבער 2012, וואלא וועבזייטל