שלום לאנדא
באלאנג | סאטמאר אהרונים |
---|---|
אמטן | ראש ישיבת עמודי דגירסא ריבניץ |
זיינע רביס | רבי משה מנחם טירנויער |
חיבורים | א גליון וואס פלעגט ערשיינען וועכנטליך |
הרב שלום לאנדא איז א דיין אין וויליאמסבורג און ער פירט אויך א ישיבה.
ער איז א זון פון רבי יוסף דוב לאנדא, רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם אין קרית יואל, און א ברודער פון רבי משה לאנדא, רב פון ביהמ"ד יאמפאלע אין וויליאמסבורג, און א ברודער פון הנגיד יואל לאנדא.
ער האט באלאנגט ביי סאטמאר מהר"א אנפאנג פון דעם מחלוקת און ער האט געפירט די "ערכאות", און ער ווערט אפט קרעדיטירט מיטן אויפבויען די הופער ביהמ"ד אין בלויז צוויי וואכן מיטן הילף פון יצחק ראזנבערג אבער שפעטער האט ער זיך ארויסגעצויגן פון דארט און פירט אן א אייגענע ישיבה פאר עלטערע בחורים.
ישיבה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זייענדיג א תלמיד פון הגאון רבי משה מנחם טירנויער וואס מען פלעגט רופן אין ישיבה דיין, האט ער אדאפטירט דעם נאמען "דיין" אין ישיבה, אנשטאט "ראש ישיבה".
חודש תשרי תשע"ז האט ער געעפנט די ישיבה עמודי דגירסא ריבניץ[1] פאר עלטערע בחורים פון קווינס ישיבה. היינט צוטאגס האט ער בחורים פון סאטמאר ישיבה גדולה אין קווינס און פון מתיבתא קרית יואל, די ישיבה איז היינט בערך 150 בחורים.
ער איז באקאנט מיט זיין קענטעניס אין תורת הנפש, אזוי אויך אינעם פעלד פון שלום בית און מען זאגט אז ער האט שוין ארויס געהאלפן צענדליגע אינגעלייט בעת צר.
נאך איבער זיין קאריערע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלום איז א מענטש וואס האט שוין עוסק געווען אין מערערע פעלדער דורכאויס זיין קאריערע; צווישן זיי האט ער אנגעפירט א רעסטאראן.
אזוי אויך האט ער געפירט א בית דין שטיבל מיטן נאמען לדון ולהורות ווי ער האט געדינט אלץ ראב"ד, אבער נאך א קורצע צייט האט זיך דאס פארמאכט .אזוי אויך ווערט ער קרעדיטירט פארן ערפינדען די קלינגער ביי גראסערי רעכענער, ער פלעגט אויך ארויסקומען וועכנטליך מיט א גליון וואס פלעגט זיין א חושן משפט מעשה מיט הלכות, און נאך פיל ערפינדונגען און תחומים וואס ער האט שוין געטוהן דערינען.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אריה ערליך, "משפט טאָג: ווען דער סוקסעספולער אַנטראַפּראַנער ר' שלום לאנדא איז געווארן געראטן צו פאַרלאָזן די ביזנעס וועלט און ווערן אַ דיין אַנשטאָט, האט ער אנגענומען דעם טשאלענדזש, משפחה מאגאזין
- ר' שלום לאנדא ביי דינער פון בוני עולם
- ר שלום לאנדא מיט ראחמעסטיווקא רבי תשע"ב
ר' שלום לאנדא פורים [1]