שלום בית

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

שלום בית איז דער גלאבאלער פראבלעם פון אינערליכע רייבערייען מכם ובכם, ביי זיך אין שטוב.

שלום בית איז א פראבלעם וואס נעמט ארום יעדעס פאר-פאלק איבער דער גארער וועלט. קיין שום פאר-פאלק איז נישט אויסגעהיט דערפון. די לעזונג דערצו איז אז יעדער זאל פרויבירן צו פארשטיין דעם צווייטן, און אפילו ער פארטשייט נישט זאל ער נישט זיין קיין עקשן, נאר זאל ווי מער נאכגעבן פאר צווייטן, עס איז דא א מאמר החכם אויב ווילסטו אז דיין מאן זאל דיך האלטן פאר א פרינצעסין דאן האלט איהם פאר א קעניג. אויב ווילסטו דיין פרוי זאל דיך האלטן פאר א קעניג, דאן האלט איהר פאר א פרינצעסין.

ווען איז שוין גרויסע צרות איז די איינציגסטע לעזונג, איז צו האלטן דעם פראבלעם אונטער קאנטראל, און נישט לאזן דעם פראבלעם שטייגען און ארויסגיין, אויסער די ראמען וואס מ'קען עס קאנטראלירן.

געזונטע שלום בית קריגערייען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זאפארט נאכדעם וואס א פאר-פאלק האט חתונה, הייבן זיך אן די שלום בית פראבלעמען. אויפן קליינעם פארנעם, פארשטייט זיך. די פרוי זאגט צום מאן, נעם נישט אראפ די מיסט, איך וועל עס שוין נעמען. דער מאן זאגט אבער: נע, ס'איז גוט. איך וועל עס נעמען, קיין פראבלעם. נאך א קורצע וויילע, ווערן די שלום בית פארמאליטעטן מער רעאליזירט, וועלכע שפיגלען אפ דעם אמת'דיגן כאראקטער פון די צווייע מענטשן, דער מאן און די ווייב, וואס איז אוממעגליך אויסצובאהאלטן פאר צו א לאנגע וויילע. און דאן הייבן זיך אן אנטוויקלען קליינע מחלוקה'לעך אין שטוב, וואס מיר רופן אן שלום בית.

פארוואס דארף אויסברעכן שלום בית פראבלעמען?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. צוליב דעם נאטור אז א מאן און א פרוי, זענען פון צוויי אנדערע פלאנעטן.
  2. צוליב דעם נאטור פון פארשידנארטיגע מענטשן, וועלכע קומען פון אנדערע היימען.
  3. צוליב דעם וואס דער בחור קומט פון ישיבה און דאס מיידל נישט. [פֿעלט אַ מקור]

שלום בית ווערט קריטיש[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס זענען פאראן עטליכע סימנים וועלכע צייגען ווען דער שלום בית גייט אריין אין א קריטישע פאזע.

  1. די קולות ווערן וואס העכער.
  2. מ'הייבט אן גיסן באליידיקונגס ווערטער איינער אויפ'ן אנדערן.
  3. מ'קען שוין די פראבלעמען נישט הענדלען אליין, און מ'מישט אריין די עלטערן (גאר ביטער).
  4. מ'הייבט אן באשמוצן די שווער/שוויגער, טאטע/מאמע פון דעם אנדער'ס פאמיליע.
  5. מ'שעלט זיך איינער דעם אנדערן.
  6. די אטאטקעס ווערן פיזיש. זאכן ווערן געווארפן.

אט די אויבנדערמאנטע ביישפילן, קענען גאר שנעל פאסירן, אויב דער מאן/פרוי האט נישט דעם שכל אפצושטעלן און קאנטראלירן דעם געפעכעט. און ווען די זאכן פאסירן, איז קלאר אז מ'מוז זאפארט אונטערנעמען גאר ערנסטע מאסנאמען צו ראטעווען דעם שלום בית, ווייל עס איז נישט ווייט פון אן ערנסטן קריזיס.

ווען דער שלום בית פראבלעם גייט ארויס פון קאנטראל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. דארף דער מאן/פרוי אקטיווירן א שלום-פלאן.
  2. איינער דארף האבן שכל, און אנהייבן דעם פארגלעטונגס פראצעדור.
  3. קויפן א מתנה פאר'ן אנדערן.
  4. מאכן א סורפרייז פאר'ן אנדערן. (צו כאפן דעם אנדער'ס אויפמערקזאמקייט, אומגעראכטן).
  5. האבן די שטארקייט, און זיך אנטשולדיגן אפענבאר. (מעגליך די שווערסטע רפואה).

ווען דער שלום בית ווערט נישט מסודר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. אריינמישן א פראפעסיאנעלן קאנסולטאנט.
  2. דארף איטליכער אפמאכן פאר קאנצעסיעס. ער וועט מוזן פארציכטן, כדי צו האבן שלום בית.


אידישקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' נחמן מברסלב האט געזאגט אז מען דארף זייער האלטן חשוב די פרוי, מען דארף איהר מכבד זיין מיט אלעס מעגליך, ווייל די פרויען ליידען פון אונזער וועגן, צער פון שוואנגערן, צער פון געבורט, צער פון גידול בנים. און נאך. אויך האט ער געזאגט אז עס דאס וואס יונגעלייט נאך די חתונה האבן נישט קיין שלום בית, דאס קומט פונעם יצר הרע, ער וויל זיי זאלן נישט לעבן גוט מיט זייער פרוי, אזוי ארום וועט ער קענען מאכן אז דער מאן זאל זינדיגן.