שיוואס ריגעל

פֿון װיקיפּעדיע
שיוואס ריגעל
Chivas Regal
www.chivas.com

שיוואס ריגל (Chivas Regal) איז א נאמען פון א סקאטש וויסקי.

איר היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שיוואס איז פאבריצירט געווארן אין יאר 1801 אין סקאטלאנד. אנגעהויבן האט זיך דאס אלס א געטראנקען ברענעריי געבויט דורך די ברידער דשעמס און דשאן שיבאס. איינער פון די הויפט פאקטוירען וועלעכע האבן ארויף געברענגט דעם נאמען צו ווערן א אויפגעכאפטע נאמען איז געקומען אין יאר 1843 און וועלעכער מען האט זיך דערוויסט אז דאס איז איינע פון די משקאות וועלעכע באדינען די בריטישע מלכות פאלאץ, דאס איז געווען גענוג אז דער פראדוקט זאל ווערן שנעל אויפגעכאפט. אין יאר 1909 האט די משקה אונגעהויבן פארשפרייט ווערן אין אמעריקע.

היינט ווערט זי פארבערצירט דורך א פאבריק מיט נאמן Pernod Ricard.