ברענדי

פֿון װיקיפּעדיע
אן אלטער ספעציעהלער טאפ אין וואס מען האט געמאכט די ברענדי

ברענדי (ענגליש: "Brandy", פון האלענדיש: brandewijn - בראַנדוויין) איז א סארט אלקאהאלישער געטראנק וואס ווערט פראדוציהרט דורכן אויפקאכן משקה און די פארע ווערט די בראנפן.

די ברענדי איז געוועהנליך עטוואס זיסער און לייכטער ווי אנדערע סארט אלקאהאלישע געטראנקען ווי וויסקי, ראם און דזשין.

אין אלגעמיין ווערט עס געמאכט פון וויין, אבער דער נאמען ברענדי נעמט אריין אלע בראנפן'ס וואס מ'מאכט מיט דעם טעכניק.

מערסטנס ברענדי'ס ווערן געשטעלט צו עלטערן אין האלצערנע פעסער צו באקומען א טעם און ברוינע קאליר. ווי עלטער אלס בעסער איז עס.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פארשידענע אלטע לעיבלס פון ברענדי

דאס איז די ערשטע סארט אופן ווי אזוי מען האט בכלל געמאכט בראנפן אין די אלטע צייט. מען האט גענומען די וויין וואס איז נישט געווען אזוי געלונגען אדער פארדארבן און נישט געקענט נוצן אלס וויין און דערפון האט מען א שארפערע קאנצענטרירטע משקה.

סערוויהרן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ברענדי וועהרט געוועהנליך סערוויהרט אין דער מערב וועלט, אין א רונדיגן גלאז, ביי שטוב טעמפעראטור. טייל גלייכן זאגאר אנצואווארעמען דאס גלאז מיט די הענט, וואס דאס ברעהנגט מער ארויס דעם אראמאט.

אין טיילן פון אזיע טרונקט מען עס קאַלט, מיט שטיקלעך אייז דערין.

סארטן ברענדי[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א מאלעריי פון א ברענדי פּעדלער אינעם אכצנטן יאהר-הונדערט

קאוד סיסטעם גענוצט ביי ברענדי[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • A.C: מיינט אז עס איז געעלטערט פאר צוויי יאהר
  • VS: מיינט ווערי ספעשל, דאס איז געעלטערט כאטש דריי יאהר
  • VSOP: איז געעלטערט כאטש פינעף יאהר
  • XO: מיינט עקסטרע אלט און איז געעלטערט ווייניגסטנס זעקס יאהר

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]