וואדקע
פֿון װיקיפּעדיע
וואדקע (פויליש: Wódka, רוסיש: Водка) איז א דיסטילירט אלקאהאליש געטראנק מיט א קלארן דורכזיכטיגן קאליר ווי וואסער. זי איז איינע פון די סארטן בראנפנ'ס וועלכע מען מאכט פון תבואה (ווייץ, גערשטן, קארן) אדער קארטאפל. נארמאל אנהאלט וואדקע 40% אלקאהאל.
זי איז זייער פאפולער אין פוילן און רוסלאנד וואו מען טרינקט דאס אסאך אלס א מיטל זיך צו האלטן ווארעם אין די ביטערע פרעסטן וואס הערשן דארט.
|
אייער ליקער · ביר · בראנפן · וואדקע · וויין · וויסקי · מעד · קאניאק · שאמפאניע · שליוואוויץ |
|