שוואן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
שוואַנען
שטומע שוואנען (Cygnus olor)
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: Animalia
שטאַם: Chordata
קלאַס: Aves
סדר: Anseriformes
פֿאַמיליע: Anatidae
אונטערפֿאַמיליע: Anserinae
מין: Cygnus
Bechstein, 1803

דער שוואַן (לאטייניש: Cygnini) איז א וואסער פויגל, פון דעם מין Cygnus אין דער פאמיליע Anatidae, וואס נעמט איין אויך גענז און קאטשקעס. זיי געהערן צו דער אונטערפאמיליע Anserinae.

די פעדערן פון א שוואן זענען גאנץ ווייך און מען ניצט זיי פאר קישענעס, דאכענעס און פערענעס.

דער שוואן לעבט אין די קילע לענדער, ווי למשל אייראפע, אויסטראליע און דרום אמעריקע, אבער נישט אין די טראפישע לענדער. די שוואנען אין דעם צפון האלבקיילעך זענען ווייס (ד"ה זיי האבן ווייסע פעדערן) אבער די פונעם דרום האלבקיילעך זענען שווארץ און ווייס.

שוואנען לעבן אויפן וואסער און עסן פלאנצן וואס וואקסן אין אזערעס און אקעאנען (בערך 4 ק"ג יעדן טאג), ווי אויך אינסעקטן.

אמאל פלעג מען עסן שוואנען פלייש.

אין יידישקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פרייטאג צונאכט אין די זמירות זינגט מען: "להתענג בתענוגים, ברבורים שלו ודגים" וואס איז טייטש "האבן א פארגענוגן פון שוואנען, וואכטל און פיש".