וואכטל

פֿון װיקיפּעדיע

וואכטל איז דער נאמען פון עטלעכע פייגעלעך פון דער פאזאן פאמיליע.

דער וואכטל איז א קליינער פויגל וואס עסט זאמען. אמאל עסן זיי אינסעקטן אויך.

דער וואכטל קען פליען א לענגערן וועג, אבער א טייל פליען נאר א קורצן וועג.

אין דער תורה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צוויי מאל – אין פרשת בשלח און פרשת בהעלתך – דערמאנט די תורה אז די יידן אין מדבר האבן געבעטן פלייש, און דער אייבערשטער האט זיי געשיקט וואכטלן.