עקיבא קארניצער

פֿון װיקיפּעדיע
עקיבא קארניצער
קיין פריי בילד
געבורט 1839 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 יאנואר 1892 (אלט 53 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב עקיבא קארניצער (ה'תקצ"ט, 1839י"א טבת ה'תרנ"ב, 1892) איז געווען שטאטס־רב פון קראקע; ער איז געווען דער ממלא מקום פון זיין שווער און פעטער הרב שמעון סופר.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב עקיבא איז געבוירן געווארן אין מאטערסדארף, א זון פון הרב אליהו קארניצער און זיין ווייב גיטל, א טאכטער פונעם חתם סופר. רבי אליהו איז אוועק יונגערהייט, און מרת גיטל האט געהייראט הרב שלמה זלמן שפיצער, רב פון דער שיף־שול אין ווין, וואס האט געהאדעוועט זיין שטיפזון עקיבא.

ער האט געלערנט ביי רב אהרן זינגער פון מאטערסדארף, מחבר פון "תפארת אהרן", און ביי הרב אברהם בארנשטיין, דער סאכאטשאווער רבי, מחבר פונעם "אבני נזר". אזוי אויך האט ער געלערנט ביי זיין פעטער הרב אברהם שמואל בנימין סופר, דער "כתב סופר", אין פרעשבורג.

אין יאר תרכ"ג (1863) האט ער געהייראט רייזל, א טאכטער פון זיין פעטער הרב שמעון סופר פון קראקע. י"ז טבת, תרמ"א, דעם טאג פונעם ברית פון זיין זון יוסף נחמיה, איז זיין ווייב נפטר געווארן.

נאך דער פטירה פון זיין שווער אין תרמ"ג (1883), איז פארגעקומען א געראנגל אויפן קראקעווער רבנות. טייל פון דער קהילה, בעיקר פון די חסידים, האבן געשטיצט רב עקיבא קארניצער, און אן אנדער טייל האט געשטיצט רב חיים אריה הורוויץ.

הרב קארניצער האט געדינט ווי שטאטס־רב פון קראקע ניין יאר, ביז זיין פטירה אין תרנ"ב (1892), ביי דער עלטער פון דריי און פופציק. נאכדעם איז געבליבן ליידיג דאס קראקעווער רבנות דריי און דרייסיק יאר, ביז אין יאר תרפ"ה (1925) האט מען בשטימט אלס רב זיין זון הרב יוסף נחמיה קארניצער.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ספר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • שו"ת וחדושי רבי עקיבא קארניצער, בני ברק, תשמ"ו (ארויסגעגעבן דורך רב עקיבא'ס אייניקל משה יהושע קארניצער, א זון פון רבי בנימין זאב)ֿ

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. די חתונה איז פארגעקומען אין ליובאוויטש, און רבי שמעון איז געפארן אויף דער חתונה.