ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט

פֿון װיקיפּעדיע

שפרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

די ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט פון אלבערט איינשטיין איז געבויט אויף דער טעאריע פון רעלאטיוויטעט פון גאלילעא לויט וואס באוועגונג איז אלעמאל רעלאטיוו. איינשטיין האט געענדערט די טעאריע פון גאלילעא בעיקר ביי הויכע גיכן. אריינגעבויט אין דער טעריע איז אז ליכט פארט שטענדיג מיט דעם זעלבען גיך, נישט קיין אונטערשיט ווי גיך פארט דער מענטש וואס טוט אים מעסטן. מען האט דאס באשטעטיגט אין דעם באוואוסטן עקספערימענט פון מיכאלסאן-מארלי.