נומערן סיסטעם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

א נומערן סיסטעם איז א וועג פון ווײַזן נומערן דורך שרײַבן, יעדע שפראך האט זיך זײַנע ווערטער ווי אזוי צו זאגן נומערן, אבער ווי אזוי צו שרײַבן אדער רעכענען איז נישט אלעמאל גלײַך. און דאס איז וואס א נומערן סיסטעם טוט. למשל דער נומער 11 ווײַזט דריי אין דער ביינערי סיסטעם, אדער עלף אין דער דעצימאל סיסטעם, און זיבעצן אין א העקס סיסטעם.

אינהאַלט

[באַאַרבעטן] נומערן

[באַאַרבעטן] סימבאלן

מיר ניצן היינט אין רוב פעלער די זעלבע סימבאלן פאר אלע נומערן סיסטעמען. פאלגענדיג זענען די סימבאלן:

  • 0
  • 1
  • 2
  • 3
  • 4
  • 5
  • 6
  • 7
  • 8
  • 9

און אין העקס לייגט מען צו:

  • A
  • B
  • C
  • D
  • E
  • F

אלס צוזאמען האט מען אדער צען אדער זעכצן סימבאלן.

[באַאַרבעטן] ציילן

א נומערן סיסטעם איז געבויט אויף א נומער וואס מען רופט די באזע וואס דאס איז די נומער וואס מען ווייזט וויפיל סימבאלן מען גייט ניצען אין די נומערן סיסטעם. די וועג ווי אזוי מען נוצט די סימבאלן איז אז ערשטענס נוצט מען איין סימבאל פאר נול (zero) דאס איז זייער וויכטיג און דערנאך נוצט מען אן די קומענדיגע סימבאל פאר די קומענדיגע נומער. אזוי אז איינס איז אלעמאל 1.

פאר א יעדע נומערן סיסטעם נוצט מען די באזע אויף צו וויסען וויפיל סימבאלן מען נוצט, דעריבער קומט אויס אז א נומערן סיסטעם געבויט אויף צען וועט מען נוצען צען סימבאלן, די ערשטע איז 0 און די צווייטע פאר נומער איינס איז 1, די דריטע פאר נומער צוויי איז 2, און אזוי ווייטער ביז מען קומט אן צו די צענטער סימבאל וואס איז א 9 און מען נוצט דאס פאר נומער ניין.

  • ביטע נאטירט, די דיקע ווערטער זענען דיק כדי דו זאלסט באמערקן אז די ראנג אין סימבאלן איז אלעמאל איינס מער ווי די נומער מען נוצט דאס פאר, דאס איז צוליב דעם וואס מען מוז האבן א נול.

כדי צו קענען ציילן ווייטער האבן מיר א פראבלעם, וויבאלד מיר האבן מער נישט קיין סימבאלן, איז דאך נישט דא קיין וועג צו ווייזן נומער צען אין א באזע צען נומערן סיסטעם, דערפאר נוצט מען וואס רופט זיך קאלום'ס.

א קאלום ווייזט מיט וויפיל מאל מען דארף אויסרעכענען דעם באזע (Powers of the base number). למשל, אין א באזע צען סיסטעם וועט די ערשטע קאלום ווייזען פאר די איינצעלער קאלום, די צווייטע פאר די צענער קאלום, די דריטע פאר די הונדערטער קאלום, און אזוי ווייטער אין מאלס פון צען. דאס איז דערפאר ווייל גארנישט מאל צען איז גארנישט, קומט אויס אז גארנישט מאל צען מיט איינס איז איינס דערפאר איז 01 איינס, און גארנישט מאל צען מיט דריי איז דריי, און דערפאר איז 03 דריי. און איין מאל צען איז צען דערפאר איז 10 איין מאל צען, און איין מאל צען מיט פיר וואס צוזאמען איז פערצען איז 14.

[באַאַרבעטן] באזעעס

די פאלגענדע איז א טיילווייזע ליסטע פון נומערן סיסטעמען וואס זענען אין באנוץ היינט.

[באַאַרבעטן] דעצימאל

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – דעצימאל
  • די דעצימאל סיסטעם איז די מערסטע גענוצטע נומערן סיסטעם, און איז מיט א באזע צען.

[באַאַרבעטן] ביינערי

[באַאַרבעטן] אקטאל

  • אקטאַל איז באזע אכט און איז גענוצט פאר א פארקערצערונג פאר קאמפיוטערס.

[באַאַרבעטן] העקס

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – העקסדעצימאל
  • דאס איז א באזע זעכצן סיסטעם געניצט פאר א פארקירצערונג פאר קאמפיוטערס.

[באַאַרבעטן] 64 באזע

נומערן
0 1 2 3 4 5 6 7 8 9
10 11 12 13 14 15 16 17 18 19
20 21 22 23 24 25 26 27 28 29
30 31 32 33 34 35 36 37 38 39
40 41 42 43 44 45 46 47 48 49
50 60 70 80 90 100 200 300 400 500
1,000 2,000
אנדערע
נעמען פון נומערן | ...0.999 | 666 | 1089 | 1729 | 142857 | גוגאל (10100)
פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן