לדלג לתוכן

דעצימאל

פֿון װיקיפּעדיע

די דעצימאל סיסטעם איז א נומערן סיסטעם וואס איז געבויט אויף א באזע צען. זי ווערט אנגערופן דעצימאל ווייל דעצימאל קומט פון לאטיין דעצימוס וואס מיינט צען.

  • דאס איז די מערסטע באנוצטע נומערן סיסטעם אין באנוץ היינט, מן הסתם וועגן דעם ווייל מענטשן האבן צען פינגערס.

די סימבאלן וואס מען נוצט אין דער דעצימאלער נומערן סיסטעם זענען:

  • 0
  • 1
  • 2
  • 3
  • 4
  • 5
  • 6
  • 7
  • 8
  • 9

צו ציילן אין דעצימאל פאנגט מען אן פון 0 און מען לייגט צו דעם קומענדיגן סימבאל אין ראנג פאר דעם קומענדיגן נומער, אזוי אז 8 איז אכט.

ווען מען האט שוין נישט קיין סימבאלן, לייגט מען צו א קאלום וואס ווייזט וויפיל מאל מען זאל אויסרעכענען די באזע צען. אזוי אז 10 איז צען און 27 איז זיבן און צוואנציג ווייל עס מיינט 2 מאל 10 (פון די צענער קאלום, וואס איז איין מאל צען) מיט זיבן, און 4567 איז פיר טויזנט פינף הונדערט זיבן און זעכציג ווייל עס מיינט 4 מאל 10 מאל 10 מאל 10 (פון דעם טויזנטער קאלום, וואס איז דריי מאל צען מאל צען) מיט 4 מאל 10 מאל 10 מיט 6 מאל 10 מיט 7.