ביינערי

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

ביינערי איז א נומערן סיסטעם וואס ניצט נאר צוויי סימבאלן, געווענטליך 0 און 1.

פאלגנד זענען די ערשטע צען נומערן אין ביינערי:

ביינערי אידיש
0 נול
1 איינס
10 צוויי
11 דריי
100 פיר
101 פינף
110 זעקס
111 זיבן
1000 אכט
1001 ניין

צו ציילן אין ביינערי פאנגט מען אן מיט די ערשטע קאלום אויף די רעכטע זייט, די "איינסערס" קאלום. מען ציילט 0, 1, ביז מען האט מער נישט קיין סימבאלן, דאן גייט מען לינקס צום נעקסטן קאלום, די "צווייערס" קאלום. מען שרייבט 10 וואס מיינט 1 מאל צוויי מיט 0 מאל איינס. די דריטע קאלום איז די "פירערס", די פערטע קאלום איז די "אכטערס", און אזוי ווייטער, עס דאפלט זיך מיט יעדן קאלום. עס קומט אויס אז 100101 מיינט 1 מאל צוויי און דרייסיג, פלאס 0 מאל זעכצן, פלאס 0 מאל אכט, פלאס 1 מאל פיר, פלאס 0 מאל צוויי, פלאס 1 מאל איינס = זיבן און דרייסיג. אדער אויף דעצימאל 37.

די וועלט זאגט א ווערטל: עס זענען דא 10 סארט מענטשן, די וואס פארשטייען ביינערי און די וואס פארשטייען נישט ביינערי.

[באַאַרבעטן] חיבור

צולייגן נומערן אין ביינערי איז גאנץ פשוט.

0 + 0 ← 0

0 + 1 ← 1

1 + 0 ← 1

1 + 1 ← 0, טראג 1 (ווייל 1 + 1 = 0 + 1 × 10 אין ביינערי)

[באַאַרבעטן] זעט אויך