מתתיהו מיללער

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
מתתיהו

מתתיהו מיללער איז א בעל תשובה א געוועזענער לובאוויטשער וואס זינגט דזשאמייקען רעגעי. געבוירן ה' תמוז ה'תשל"ט.

אינהאַלט

[באַאַרבעטן] ביאגראפיע

ווערענדיג געבוירן צו פרייע ליבעראלע אידישע עלטערן אין וועסטשעסטער פענסילוועניע. דערנאך האט זיך זיין פאמיליע אריבערגעצויגן קיין ווייט פלעינס ניו יארק.

אין די שפעטע 90'ער יארן איז ער געווארן נתקרב צו אידישקייט דורך חב"ד, נאכדעם וואס זיין נשמה האט געפלאקערט מיט ספיריטואלע אינספיראציע דורך זיין מוזיק. אין 2001 איז ער געווארן א פולשטענדיגער בעל תשובה, און האט אנגעהויבן שפילן מיט די אידישע מוזיק-באנד פא-דלית.

דערנאך האט ער חתונה געהאט און געבוירן איין קינד, זיך אפגעבענדיג מיט זיין מוזיק און לערנענדיג תורה אין איינע פון די ליובאוויטש ישיבות אין זיין וואוין ארט קרוינהייטס. היינט צוטאגס ציט ער זיך מער צו ברסלב. [1]

מתתיהו

[באַאַרבעטן] זיין סטיל

מתתיהו האט אן אייגענארטיגן סטיל אין רעפ, וואס איז א געמיש פון רעגעי, רעפ, מיט גיטאר סאלאו וועלכע מען געפינט מער ביי ראק מוזיק באנדס.

זיין זינגען ווערט באשריבן דורך די וועלט בארימטע קריטיקס אין ניו יארק טיימס און שיקאגא טריבונע שרייבער קעווין פאנג, אלס א נשמה-אויפשאקלער, וואס דרינגט אריין ביז די חדרי הלב.

[באַאַרבעטן] מתתיהו ווערט פאפולער

מתתיהו איז היינט א פאפולערער רעגעי זינגער און איז באקאנט אין גאנץ אמעריקע. זיינע אלבאמען זענען א צעכאפעניש.

ער טרעט אויף אין פרייע וועלטליכע קלאבס און קאנצערטן אויף טעלעוויזיע ארום די גארער וועלט, אלעס מיט זיין פולער חסידישער טראגע. אלע זיינע ניגונים זענען פיל מיט ווערטער וואס רופן צו די נשמה צו עבודת ה'. שמחה און חסידישע באגריפן, ער באנעמט זיך זייער איידל און פיל מיט הכנעה. זיין פירונג רופט ארויס טיפע רעספעקט פון אלעמען איבער די וועלט, מיט זיין שטרענג זיך האלטן צו דער אידישער תורה געזעצן און פארבאטן אפילו אין די שווערסעט אומשטענדן, טרעט נישט אויף אים שבת, רורט נישט צו א פרוי'ס האנט, עסט נאר כשר. א.א.וו.

[באַאַרבעטן] זיינע אלבאמען

דערוויייל האט שוין מתתיהו ערצייגט 4 מוזיק אלבאמען.

  1. שעיק אוו די דאסט. נאוועמבער 1, 2004.
  2. לייוו עט סטאבס. אפריל 19, 2005.
  3. יוט. (יוגענט) מערץ 7, 2006
  4. יוט דאב. מערץ 7, 2006. (פראוויזיע)

[באַאַרבעטן] רעפערענצן

  1. דה בוב אנד דה באבא, (הארץ, אקטאבער 9, 2007)

[באַאַרבעטן] װעבלינקען