משה האלבערשטאם
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רב און דיין אין ירושלים. אויב איר זוכט אן אנדער באדייטונג, זעט משה האלבערשטאם (באדייטן).
הרב משה האלבערשטאם זצ"ל (ח' ניסן ה'תרצ"ב – כ"ח ניסן ה'תשס"ו) איז געווען א רב און חבר פון בית דין צדק פון עדה החרדית אין ירושלים, פון די חשובע פוסקים אין היינטיגן דור. ער איז דער מחבר פון שו"ת "דברי משה" און ראש ישיבה פון "דברי חיים – טשאקאווע".
לעבנסגעשיכטע [באַאַרבעטן]
משה האלבערשטאם איז געבוירן געווארן ח' ניסן ה'תרצ"ב אין טשאקאווע, גאליציע צו זיין פאטער הרב יעקב האלבערשטאם, טשאקאווער רבי.
ער איז געווען דער לענגסטער דינענדיגער חבר הביד"ץ, ער איז מלכתחילה גרויס געווארן אלס גרויסער יחסן שטאמענדיג פון צאנזער רב.
אויף די פארלאנג פון דער ירושלימער רב דער מנחת יצחק האט ער יארן לאנג געשריבן שיינע הסכמות אויף פילע ספרים, דורך דעם האט ער באקומען פיל וועלטליכע אנערקענונג, אלע זיינע הסכמות האבן א נייע גימטריא אויפן יאר לויטן מהות פונעם ספר.
ער האט געדינט אלס דער רב פון הצלה. און איז דער איינציגסטער פערזענליכקייט וואס איז גרויס סיי ביי די קנאים און סיי ביי די אלגעמיינע אידן איבער די וועלט, אבער נישט אלס גאון נאר סתם אלס חשובער תורה פערזענליכקייט.
און איז נפטר געווארן כ"ח ניסן ה'תשס"ו און באגראבן אין הר הזיתים.