יעקב האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע

רבי יעקב האלבערשטאם זצ"ל (ח' כסלו ה'תרנ"ז - ד' חשוון ה'תשכ"ח), רב אין טשאקאווע.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יעקב איז געבוירן ח' כסלו ה'תרנ"ז, צו זיין פאטער הרב סיני האלבערשטאם, רב אין זשמיגראד, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחמה די טאכטער הרב נפתלי הורוויץ פון מעליץ.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קורץ נאך זיין חתונה האט רבי יעקב צוזאמען מיט זיין שווער (דער שאצער רבי) זיך געצויגן קיין קעלין, דייטשלאנד, דארט האט ער זיך שטארק אפגעגעבן מיט צדקת רמבעה"נ. רבי יעקב איז געקרוינט געווארן אלס פרעזידענט פון דעם כולל חיבת ירושלים פאר מערב אייראפע (דייטשלאנד, פראנקרייך, האלאנד, בעלגיע, שווייץ).

רבי יעקב איז אויפגענומען געווארן רב אין טשאקאווע אין יאר ה'תרפ"ג, דארט איז רבי יעקב געווען שטארק טעטיג אין איינפלאנצן און באפעסטיגן דאס יידישקייט אין שטאט.

אין יאר ה'תרצ"ד האט רבי יעקב פאראויס געזען די חורבן אייראפע, און ער האט זיך געקליבן ארויף צופארן קיין ארץ ישראל, טראצדעם וואס זיינע נאנטע מענטשן האבן געפרואווט אים אפצורעדן דערפון, אנצייגענדיג ווי איינגעשטעלט די וועגן זענען געווען, דאך איז רבי יעקב געווען ביי זיין באשלוס. נאך שווערע מיה איז אים געלונגען ארויף צוקומען קיין ארץ ישראל ר"ח אדר ה'תרצ"ה, אין זיך באזעצט אין ירושלים.

אין ירושלים האט רבי יעקב אויפגעשטעלט זיין ישיבה "דברי חיים", אין יאר ה'תרצ"ט איז ער געפארן קיין אמעריקא שאפן געלט פאר זיין ישיבה. מיט דעם אויסבראך פון דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער געווען געצווינגן צו בלייבן אין אמעריקא, און ער האט זיך געעפנט זיין בית המדרש אין דער איסט סייד, ניו יארק.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יעקב איז נפטר געווארן ד' חשוון ה'תשכ"ח, און ליגט אין פלאראל פארק בית עלמין, ניו דזשערסי, אין דער באבאווער חלקה.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין עלטער פון אכט יאר איז רבי יעקב געווארן פארלויבט מיט מרת איידל דינה, א טאכטער פון הרב שלום מאסקאוויטש, שאצער רבי אין לאנדאן; נאך דער ערשטער וועלט מלחמה אין יאר ה'תר"ף האט ער זי געהייראט אין טארנא. זי איז נפטר געווארן י"ב חשוון ה'תש"י. זייערע קינדער:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • ספר חמדה גנוזה
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר