מרדכי שעכטער
געבורט |
1 דעצעמבער 1927 טשערנאוויץ, קעניגרייך פון רומעניע |
---|---|
טויט |
15 פעברואר 2007 (אלט 79) בראנקס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
לערנארט | ווינער אוניווערסיטעט |
ד"ר מרדכי שעכטער (1927–2007), דער דריטער רעדאַקטאָר פֿון אױפֿן שװעל (1957–2004), איז געװען אַ באַװוּסטער ייִדיש־לינגװיסט, ־שרײַבער, און ־לערער. ער איז געבױרן געװאָרן אין טשערנעװיץ (דעמאָלט רומעניע) אין 1927 און האָט געקראָגן זײַן דאָקטאָראַט אין לינגװיסטיק פֿון װינער אוניװערסיטעט אין 1951. פֿון דעמאָלט אָן װױנט ער אין אַמעריקע. ער האָט פֿון 1972 געלערנט ייִדיש אין קאָלומביע־אוניװערסיטעט אין ניו־יאָרק און, פֿון 1981 ביז ער איז אַרױס אױף פּענסיע אין די סוף 80ער יאָרן, איז ער דאָרט געװען דער עלטערער לעקטאָר אין ייִדיש־לימודים. ער האָט געלערנט שפּראַך אין דער אוריאל װײַנרײַך־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור בײַם ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — ייִװאָ און קאָלומביע־אוניװערסיטעט פֿון איר אָנהײב אין 1968 ביז 2002. ער האָט אױך געלײענט ייִדיש־קורסן אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (1960–1962), אין ייִדישן לערער סעמינאַר/הרצליה (1962–1978), און אין ישיבֿה־אוניװערסיטעט (1968–1973). ער איז געװען דער לערער פֿון אַ סך אָנגעזעענע װיסנשאַפֿטלערס און פּראָפֿעסאָרן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און געשיכטע איבער דער גאָרער װעלט. (ס'איז ניט קײן גוזמא צו זאָגן אַז) כּמעט יעדער באַקאַנטער ייִדיש־לערער אָדער ־געלערנטער אין צפֿון־אַמעריקע אין די לעצטע פֿערציק יאָר, און אַ סך פֿון אַנדערע קאָנטינענטן אױך, האָבן זיך געלערנט בײַ מרדכי שעכטערן.
מרדכי שעכטער איז געקומען קײן אַמעריקע אין 1951 אָבער ער האָט געאַרבעט פֿאַרן ייִװאָ נאָך זינט 1947, צו ערשט װי אַ זאַמלער פֿאַר דעם ייִװאָ־אַרכיװ אין די פּליטים־לאַגערן אין עסטרײַך, דערנאָך אין ניו־יאָרק װי אַ ביבליאָגראַף און קאָרעקטאָר (1954–1956); צום סוף, פֿון 1971 ביז 1986, װי דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטשריפֿט ייִדישע שפּראַך, אַ זשורנאַל אַרױסגעגעבן פֿון ייִװאָ איבערגעגעבן כּלל־ייִדיש — אַרױסרעד, גראַמאַטיק, װאָקאַבולאַר אאַז"ו.
ער איז געװען דער הױפּט־אינטערװיויִרער און מיטרעדאַקטאָר פֿון דעם ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס (קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט) פֿון 1961 ביז 1970, װי אױך מיטרעדאַקטאָר פֿון דעם גרױסן װערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין די 1980ער.
ד"ר שעכטער האָט באַקומען די איציק מאַנגער־פּרעמיע, די סאַמע חשובֿסטע ליטעראַרישע פּרעמיע אין דער װעלט פֿון ייִדיש, אין 1994; די חײם זשיטלאָװסקי־פּרעמיע אין 1984; און די עושר שטשוטשינסקי־פּרעמיע פֿון דעם אַלװעלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין 1986. זײַנע געזעלשאַפֿטלעכע אױפֿטוען זײַנען נישט װײניקער װיכטיק װי זײַנע ליטעראַרישע און אַקאַדעמישע.
ער איז דער פֿאַרלײגער פֿון דער ייִדיש־ליגע און האָט געדינט װי איר אױספֿיר־סעקרעטאַר פֿון איר סאַמע אָנהײב אין 1979 ביז 2004; אין 1964 — אין אײנעם מיט עטלעכע תּלמידים זײַנע — האָט ער פֿאַרלײגט ,,יוגנטרוף — ייִדישע יוגנט פֿאַר ייִדיש" און איז געװען זײַן אָפֿיציעלער בעל־יועץ ביז 1974.
זײַנע פּובליקאַציעס (טײלװײַזע רשימה)
- די געװיקסן־װעלט אין ייִדיש. ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע/ייִװאָ, 2005.
- ייִדיש צװײ: אַ לערנבוך פֿאַר מיטנדיקע און װײַטהאַלטערס. ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע, 2002.
- פֿון פֿאָלקשפּראַך צו קולטורשפּראַך. ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע/ייִװאָ, 1999.
- טראָגן, האָבן און פֿריִיִקע קינדער־יאָרן. ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע, 1991.
- לײַטיש מאַמע־לשון: אָבסערװאַציעס און רעקאָמענדאַציעס. ניו־יאָרק: ייִדיש־ליגע, 1991.
- אליקום צונזערס װערק: קריטישע אױסגאַבע [2 בענד]. ייִװאָ, 1964.