לדלג לתוכן

ישראל גרינבערגער

פֿון װיקיפּעדיע
רבי ישראל גרינבערגער
געבורט ט"ו סיון ה'תשי"ט
בני ברק
טעטיקייט ארט פתח תקווה, אלעד
באלאנג וויזשניץ
באשעפטיגונג רב און מו"ץ פון מרכז חסידי וויזשניץ אין אלעד און פתח תקווה
זיינע רביס רבי שמואל הלוי וואזנער
רבי משה יהושע האגער
רבי מנחם מענדיל האגער
חיבורים שו"ת שובה ישראל

הרב ישראל גרינבערגער (געב' ט"ו סיון ה'תשי"ט), איז דער רב און מו"צ פון דער וויזשניצער קהילה (רבי מנחם מענדיל האגער) אין דער שטאט אלעד און פתח תקווה. צוזעצליך דינט ער אלס א דיין אין בית דין פון צענטער בני ברק

הרב גרינבערגער איז געבוירן געווארן סיוון ה'תשי"ט אין קרית וויזשניץ, בני ברק צו זיין פאטער רבי חיים מנחם גרינבערגער (נפ' געווארן ה'תשע"ב), וועלכער איז געווען אן אויפפאלענדער וויזשניצער חסיד און וועלעכער דורך זיין מיליטערישער דינסט אין דער זעקסטאגיגער מלחמה איז געווען א מלחמה געפאנגענער אין סיריע, און צו זיין מוטער מרת פעסיא. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה אין בני ברק. ער געהייראט מרת חיה ביילא, טאכטער פון הרב החסיד ר' חיים גליק. ער האט באקומען א היתר הוראה (ערלויבעניש צו פסק'נען) פון דעם געוועזענעם גאב"ד העדה החרדית רבי יצחק יעקב ווייס, בעל "מנחת יצחק", פונעם פריערדיגן פוסק הדור רבי שמואל הלוי וואזנער, בעל "שבט הלוי" און פון רבי משה האלבערשטאם, א מיטגליד פון בד"צ העדה החרדית אין ירושלים. שפעטער איז ער בארופן געווארן דורך זיין רבי, רבי משה יהושע האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי צו וועמען איז ער געווען אנגעקניפט בלב ובנפש, אלס א רב און א דיין פונעם וויזשניצער בית מדרש וועלכער געפינט זיך אויף דער פראנקפורטער גאס אין דער שטאט פתח תקווה. ער האט געוואוינט אין פתח תקווה פאר אומגעפער 11 יאר. ער האט אויך א שטארקן איינפלוס אויסערהאלב פון דער וויזשניצער געמיינדע, און ער ווערט רעספעקטירט און אנגענומען אפילו ביי דער פארטרעטערס פון דער ציוניסטישער "מזרחי" באוועגונג. שטענדיג באטאנט ער די וויכטיגקייט פון אחדות, און טאקע האט ער פאראייניגט צוזאמען פארשידענע קרייזן אין פתח תקווה, און אויך א דאנק אים אלע חרדישע געמיינדעס אין דער שטאט צוזאמען אינאיינעם מיט מזרוחניקעס, לעבן אין פרידן און גוטברודערשאפט. ער איז באוואוסט אלס א גרויסער תלמיד חכם און אן שפאנענדיגער בעל דרשן. ער טרעט אויף מיט דרשות אין פארשידענע פלעצער. א גרויסער טייל פון זיינע דרשות ווערט איבערגעגעבן אויף לשה"ק, אבער מאנכמאל האלט ער דרשות אויף אידיש אויך. ער איז אויכעט באוואוסט מיט זיינע פארבינדונגען אין דער עמטליכער רבנות הראשית. אנפאנג פון די ה'תש"ס יארן, לויטן באפעל פון מורו ורבו, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי, איז ער באשטימט געווארן רב פון דער וויזשניצער קהילה אין אלעד און אריבערגעגאנגען דארט וואוינען. גלייכצייטיג דינט ער נאך אלץ אלס א רב אין פתח תקווה,דארט וואו ער פראוועט שבתים, און אינמיטן דער וואך לערנט ער פאר פארשידענע שיעורים און הלכות. נאך דער פטירה פון דעם "ישועות משה" איז ער געווארן א חסיד פונעם רעבינ'ס זון רבי מנחם מענדיל האגער. אין יאר ה'תשע"ג לויט אן אנווייזונג פונעם רבי, האט ער זיך פארטיפט און פארוויקלט אין א שווערער קאנטראווערסיעלער פרשה פון חתונה מאכן א פרוי וועמענ'ס גט איז געווען פסול לויט דעת פון פילצאליגע און הויכגעשעצטע רבנים, אבער נאכדעם וואס ער האט באקומען בעראטונגען און אונטערשטיצונג פון עטליכע רבנים, האט ער געהאלטן אז דער גט איז גילטיג לכולי עלמא און איז געווען דער מסדר קידושין ביי יענער חתונה. אין יאר ה'תשס"ה, האט ער ארויסגעגעבן א ספר שו"ת אונטערן נאמען "שובה ישראל".

אום שבת הגדול ה'תשע"ח האט ער געהאלטן א דרשה אינעם "אבי עזרי" בית מדרש אין פתח תקווה און איז ארויסגעקומען מיט א נייעם פסק הלכה אז ס'איז נישט גענוג צו פוצן די ציינער פון דעם חמץ, און אז מען מוז דערצו אויך אויסשווענקן דאס מויל מיט הייס וואסער.

ער איז א א מחותן צווישן די אנדערע מיט רבי חיים מאיר וואזנער, און מיט דעם עסקן שלמה לייב אבערמאן, דער פארזיצער פון דער בארומטער "לב מלכה" ארגאניזאציע אין ירושלים.