שבת הגדול

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער שבת פאר פסח הייסט שבת הגדול. עס איז דא פארשידענע פירושים פארוואס רופט מען'ס שבת הגדול.

  • ווייל מען זאגט אין דער הפטורה פון דעם שבת די פסוק "הנה אנוכי שולח לכם את אליהו הנביא לפני בוא יום ה' הגדול והנורא" מלאכי, ג, כ"ג (מהרש"ל)
  • די אידן זענען באפוילן געווארן אין די תורה "שה לבית אבות שה לבית" שמות, י"ד ד' שטייט אין מדרש אמרו בני ישראל: " הן נזבח תועבת מצרים לעיניהם ולא יסקלונו"! אמר להם הקב"ה: עתה תראו הנס הגדול שאעשה. און די מצריים האבען טאקע נישט געטשעפעט די אידן. זכר לנס רופט מען דעם שבת הגדול.
  • ווייל דעם שבת האבן די אידן מקיים געווען דעם ערשטן באפעל פון באשעפער, רופט מען דעם טאג הגדול אזוי וואו א בר מצוה בחור ווערט א גדול. (אבודרהם, מביא בספרו "פירוש הברכות והתפילות").
  • עס איז געווען אמאל א נמהג צו באקען גרויסע חלות פון אלע מעהל וואס איז געבליבן פון א גאנץ יאר. די "גרויסע" חלות האט מען צוטיילט פאר ארימע לייט.
  • דער גדול העיר זאגט א דרשה דעם שבת, רופט מען דעם שבת הגדול.
  • עס איז דא וואס זאגען אז באמת רופט מען דעם שבת שבת "הגדה" אויף דעם וואס די אשכנזים ליינען די הגדה דעם שבת, בטעות איז עס געווארן במשך די דורות פון הגדה צו הגדול.
  • ווייל די תורה זאגט "וספרתם לכם ממחרת השבת", רופט מען דעם שבת "שבת הגדול" צו זאגן אז מען דארף אנהייבן "ספירה" נאך דעם ערשטן טאג יו"ט (שבת הקטן) נישט שבת (שבת הגדול). (מהרש"ל)

מנהגים אין שבת הגדול[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • אין יעדע געמיינדע איז איינגעפירט אז דער רב גיט איבער א דרשה פאר'ן עולם.
  • אשכנזים ליינען א טייל פון די הגדה של פסח ביז "לכפר על כל עוונותינו".
  • מען ליינט א באזונדערע הפטורה (פון מלאכי ג') "וערבה לה' מנחת יהודה וירושלים".