יצחק לייבוש פרץ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
יצחק לייבוש פרץ

יצחק־לייבוש פּרץ אָדער י. ל. פּרץ (18טן מײַ 1852 - דריטן מײַ 1915) איז א דערצײלער, מחבר, און שרײַבער אין דער ייִדישער שפּראַך. ער איז געבאָרן געװאָרן אין דעם שטעטל זאַמאָשטש, און איז געשטאָרבען אין װאַרשע, בײדע אין פױלן.

צװישן זײַנע באַקאַנסטע דערציילונגען זײַנען "אױב נישט נאָך העכער" און "דער אוצר", װעגן חסידים אין שטעטלעך אין פּױלן פֿאַר דער צװײטער װעלט מלחמה, און זײַן דיכטונג "מאָניש", אײנע פֿון זײַנע ערשטע אױס אינעם יאָר 1888 אין שלום־עליכמס "פֿאָלקסביבליִאָטעק".

ער האָט באַקומען טראַדיציאָנעלע חינוך פון חדר און ישיבה, אָבער ער אַנטדעקט די "בילדונג" און די וויסנשאַפֿט ווען ער האָט געלייענט און געלערנט זיך אין אויטאדידקטישן מעטאָד.

ער האָט געלערנט זיך עטלעכע שפראכן.

צו אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב שרה, אבער אין 1876 האט ער זי גע'גט. דערנאך האט ער שטודירט געזעץ און געווארן אן אדוואקאט אין זאמאשטש. אין 1878 האט ער חתונה געהאט א זיווג שני מיט נחמה (העלענע) רינגלבלום.

אין 1908, איז ער געווען פון די גרעסטע פערזענליכקייטן, וואס האבן זיך באטייליקט, ביי די טשערנאוויצער קאנפערענץ.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]