יידישער אנטי פאשיסטישער קאמיטעט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער יידישער אנטי פאשיסטישער קאמיטעט איז געווען א יידישע ארגאניזאציע, וואס האט זיך געפונען אין דעם סאוועטן פארבאנד, ארויסצוהעלפן רוסלאנד אין איר קריג קעגן נאצי דייטשלאנד, ביי די צווייטער וועלט קריג, אין יאר 1942.

די גרינדונג איז געווען מיטן ציל ארויס צו העלפן די קאמוניסטישע קריגסמאשין, דורך יידן וואס א טייל זענען געווען פארגלייבט אין קאמוניזם, און א טייל זענען געווען סתם תמימותדיקע יידן וואסזענען אריינגעפאלן אין נעץ. די ציל איז געווען פארשאפן שטיצע פון יידן איבער דער גארער וועלט וואס זאל העלפן רוסלאנד, זיי האבן געשיקט שליחים צו די מערב וועלט, און האבן באוויזן צאמצושטעלן א גרויסע סומע געלט, א גרויסע טייל פון די געלט איז געקומען א דאנק פאלטשע פראפעגאנדע איבער די שווערע מצב פון יידן אין רוסלאנד.

די ארגאניזאציע איז אויפגעשטעלט געווארן מיט די גוטהייסונג פון די ען קא ווע דע, און האט זיך געפונען אין קויבישאוו, אין 1943 איז די הויפטקוואטיר אריבער קיין מאסקווע, און האט געהאלפן אויפלעבן יידיש טעאטער און קולטור. דער פארזיצער פון די ארגאניזאציע איז געווען דער פאפולערער אקטיאר שלמה מיכאלס, דער סעקרעטאר איז געווען א זשורנאליסט מיטן נאמען שכנא עפשטיין.

זיי האבן באוויזן צאמצושטעלן מיליאנען דאלארן, פון די פאראייניקטע שטאטן, קאנאדע, און ענגלאנד, און אפילו פון יידן אין ארץ ישראל. זיי האבן אויך פארגעשלאגן אויפצושטעלן אן אינטערנאציאנאלער יידישער מיליטער וואס זאל קעמפן קעגן די נאציס. דער קאמיטעט האט געהאלפן ראטעווען אברהם סוצקעווער, פון די וואלד ווי ער האט זיך געפונען מיט פארטיזאנער, אין בעלארוס.

דער קאמיטעט האט אויפגעלעבט, אין די יארן פון זיין טעטיקייט, די יידישע קולטור אונטערן אייזערנעם פארהאנג, און האט ארויסגעגעבן א צייטונג מיטן נאמען אייניגקייט, די צייטונג האט אנגעהאלטן ביז 1948.

נאכן מלחמה, האט דער קאמיטעט זיך באשעפטיקט אין נאכגיין איינצלהייטן אויף חורבן אייראפע, די עדות זענען אויסגעארבעט געווארן דורך צוויי זשורנאליסטן, און ארויסגעקומען אין ניו יארק און אין רומעניע, אין יאר 1946.

אין יאר 1948, האבן זיך אנגעהויבן די רדיפות פון יאזעף סטאלין קעגן יידן, און שלמה מיכאלס איז אומגעקומען אין א פאלשער אויטא עקסידענט, דורך די ען קא ווע דע, און אנדערע מיטגלידער זענען ארעסטירט געווארן, מיטן שולד פאר זייענדיק אומגעטריי דאס לאנד, אנפירענדיק אנטי קאמוניסטישע פראפעגאנדע, און אויך פארן מאכן א קאנספיראציע, אויפצושטעלן א יידישע רעפובליק אין די קרים האלב אינדזל און זיך אפטיילן פון רוסלאנד, זעלבסטפארשטענדליך אז די באשולדיקונגען זענען נישט געווען באזירט אויף קראנטע ראיות.

דעם 12טן אויגוסט 1952, זענען דרייצן יידן אומעברענגט געווארן, אלע מיטגלידער פון דעם קאמיטעט, און איז באוויסט אלס די קאמוניסטישע הרוגי מלכות, אדער די דיכטערס אומקום.

נאך סטאלינס טויט, זענען די פארבליבענע יידן אין די טורמעס באפרייט געווארן, און די נעמען פון די אומגעקומענע זענען ריינגעוואשן געווארן אין יאר 1956.

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן