אברהם סוצקעווער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אברהם סוצקעווער אין תש"י

אברהם סוצקעווער (געבױרן דעם 15טן יולי, 1913 נפֿטר געװאָרן דעם 19טן יאנואר, 2010), איז געװען אַ ייִדישער דיכטער און פּאַרטיזאַן פֿון דער צװײטער װעלט מלחמה.

סוצקעווער איז געבױרן געװאָרן אין סמאָרגאָן, הײַנט צו טאָג אין בעלאַרוס, אַ שטעטל עפּעס 70 קילאָמעטער פֿון װילנע. אלס קליין איז ער געווארן פאר'יתומט פון זײַן פאָטער. נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה איז זײַן משפּחה איבערגעקליבן קײַן װילנע, װוּ ער איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿון די בין, די בונדס יוגנט־גרופּע. ער האט אנגעהויבן שרייבן פאעסיע ביי 13 יאר. זײַן ערשטע ליד איז דערשינען געװאָרן אין 1934. במשך פֿון דער צװײטער װעלט מלחמה האָט ער געװױנט אין דער ווילנער געטא. אין 1943 איז ער אַנטגעלױפֿן פֿון דער געטאָ און האָט ער געװױנט אין װאַלד װי אַ פּאַרטיזאַן, ווי ער איז געראטעוועט געווארן דורך אן עראפלאן, געשיקט דורך די יידישער אנטי פאשיסטישער קאמיטעט אים אפצונעמען, און אין וועלכן ער איז אויך געווען א מיטגליד. בײ דער מילחמה האָט ער געשריבן איבער 80 לידער.

נאר דער מלחמה האט ער געוווינט אין מאסקווע, רוסלאנד און אין לאדזש, פוילן. אין תש"ז האט ער אימיגרירט אין ארץ ישראל.

אײדער זײַן טױט האָט ער געװױנט אין תל אביב. מען קען הײַנט לײנען זײַנע װערק אין ייִדיש, העברעיִש, ענגליש, דײַטש, און פֿאַרשידענע אַנדערע לשונות.

ער איז נפטר געווארן ד' שבט תש"ע אין תל אביב ביי דער עלטער פון 96.

[באַאַרבעטן] וועבלינקען

פערזענלעכע געצייג
װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן