חיים שמואלעוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רבי חיים שמואלעוויטש

רבי חיים לייב שמואלעוויטש (ב' תשרי תרס"ג - ג' טבת, תשל"ט, ירושלים), איז געווען א מגיד שיעור און א מיטגליד פון דער הנהלה פון דער מירער ישיבה העכער פון 40 יאר, אין פוילן, שאנכיי און ירושלים. ער האט געדינט אלס ראש ישיבה אין די יארן וואס די ישיבה איז געווען אין שאנכיי פון תש"א ביז תש"ז, און נאכאמאל אין דער מירער ישיבה אין ירושלים פון תשכ"ה ביז תשל"ט. ער האט משפיע געווען אויף טויזנטער תלמידים דורכאויס זיין לעבן, סיי בדיבור סיי במעשה, מיט זיין בארימטער התמדה און אנשטרענגעניש אין לערנען תורה.

יונגע יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי חיים שמואל איז געבוירן ראש השנה, ה'תרס"ג אין סטוטשין צו זיין פאטער הרב רפאל אלטער שמואלעוויטש און זיין מוטער עטל.

די מירער ישיבה אין שאנכיי. רבי חיים שמואלעוויץ זיצט דער צווייטער פון רעכטס אין דער פאדערשטער שורה.

זיינע קינדער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • זיין זון רבי רפאל שמואלעוויטש, פון די היינטיקע ראשי ישיבות אין מיר
  • זיין טאכטער עטיל (תרצ"א - ח' אב תשע"ב), ווייב פון רבי נחום פרצאוויטש, זיין נאכפאלגער אלס ראש ישיבה
    • רבי צבי, ראש ישיבה פון ישיבת מיר אין בראכפעלד
    • רבי רפאל
    • די ווייב פון רבי חיים מענדל בראדסקי, ראש ישיבה פון טאראנטא ישיבה גדולה
    • די ווייב פון רבי אשר אריאלי, ר"מ אין דער מירער ישיבה, ירושלים
    • די ווייב פון רבי יצחק העלמאן, ר"מ אין דער מירער ישיבה, ירושלים



פֿריערדיגער:
רבי אליעזר יהודה פינקל
מירער ראש ישיבה
גלייכצייטיג מיט רבי ליעזר יודל און רבי ביינוש

תרצ"ו - תשל"ט
"שערי חיים", "שיחות מוסר"
נאָכפֿאלגער:
רבי בנימין ביינוש פינקל