זברוטש

פֿון װיקיפּעדיע
זברוטש
ЗбручZbrucz
לענג 244 קילאמעטער
קוואל שכאַסניווקע, פידוואלאכיסקער ראיאן, טארנאפאלער גובערניע
דרענאזש בעקן 3,395 קוואדראט קילאמעטער
לענדער אין דרענאזש בעקן אוקראינע

זברוטש (אוקראיניש: Збруч; פּויליש: Zbrucz) איז א טייך אין מערב אוקראינע, א לינקער בייטייך פונעם נעסטער

ער פליסט אין דעם פאדאליער פלאטא.


אויפן טייך זענען פלאצירט א פאר קליינע הידרא-עלעקטריע  סטאנציעס. דער טייך איז א נאטירלעכע גרענעץ צווישן די טארנאפאל און כמעלניצקי גובערניעס. 

פון 1772 ביז 1793 איז דער טייך געווען א גרענעץ צווישן פוילן-ליטע און דער האפסבורגער מאנארכיע,  אבער אין די יארן 1793–1807 און 1815–1918 איז דער טייך געווען א גרענעץ צווישן גאליציע פון איין זייט און דער רוסלענדישער אימפעריע פון דער אנדערער זייט.

נאכן ריגא אפמאך איז דער פויליש-סאוועטישער גרענעץ געווען לענגאויס דעם טויך; דאס האט געהאלטן ביז 1939.

דער טייך איז לאנג 247 ק״מ און זיין דרענאזש-בעקן איז 3,330 ק״מ².