הידרא-עלעקטרישע קראפט

פֿון װיקיפּעדיע
וואסער טורבין און עלעקטרישער גענעראטאר.
הידרא-עלעקטרישער דאמבע אין קווערשניט

הידראקראַפֿט איז א מיטל פון פראדוצירן עלעקטריע דורך דעם נאטורליכן קראפט פון וואסער שטראם. הידראקראפט פראדוקציע פארנעמט 24 פראצענט פון דער וועלט'ס עלעקטריע באשפייזונג געבנדיג עלעקטריע פאר איבער א ביליאן היימען. אין סך הכל געבן דער וועלט'ס הידרא-פלענטס ארויס בערך 675,000 מעגא-וואטס פון עלעקטריע וועלכע איז אזויפיל ענערגיע ווי 3.6 ביליאן פעסלעך אויל. אין אמעריקע איז פאראן איבער 2,000 הידרא-פלענטס אבער עס פארנעמט קוים 7 פראצענט פון דאס לאנד'ס ענערגיע סופליי.

הידרא-קראפט ווערט געשאפן פון פליסנדיגע אדער פאלנדיגע וואסער וועלכע טרייבט טורבינען פון וועלכע מען פראדוצירט עלעקטריק ענערגיע. הידרא-קראפט איז גאר אן אלטע קאנצעפט פון פראדוצירן ענערגיע שוין פאר טויזענטער יארן. אמאל פלעגט מען נוצן א טורבין וועלכע איז געווען באהאפטן צו א מילעכיל צו מאלן ווייץ און דער טורבין איז אפערירט געווארן פון א פליסנדיגע טייך אדער וואסער פאל. ווען עלעקטריציטעט איז אויסגעטראפן געווארן האט מען באלד אנגעהויבן נוצן הידרא-קראפט דאס צו פראדוצירן אבער עס איז נאר געווען אויף קליינע פארנעמען, געווענליך פאר אן איינצעלענע געביידע אדער דורך מענטשן וואס האבן זיך דאס אליינס געמאכט. ערשט אין די 50'גער יארן האט מען אנגעהויבן בויען איבער די וועלט גרויסע הידרא-פלענטס וועלכע זאלן געבן עלעקטריציטעט פאר גאנצע געגענטער און אפילו שטעט.

ס'איז פאראן דריי הידרא־עלעקטרישע קראפטסטאנציעס גרעסער פון 10 GW: די דריי-שלוכטן-דאמבע אין כינע, איטייפו דאמבע איבערן בראזיל/פאראגוואי גרענעץ, און גורי דאמבע אין ווענעזוועלע.

דער קראפט פון וואסער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען מען קוקט אויף וואסער איז שווער זיך פארצושטעלן וואספארא קראפט וואסער פארמאגט אין זיך אבער עס איז גרינג דאס צו פארשטיין איינמאל מען קוקט אריין דערין. איר געדענקט אוודאי די צונאמי אין אזיע און די חרבנות וואס דאס האט אנגעמאכט און ווי איר ווייסט איז אלעס געווען נאר וואסער. ווייטער די פארפלייצונג אין ניו ארלינס איז אויך נאר געווען וואסער וועלכע האט איבערגעבראכן די ספעציעלע לעוויס און האט אריינגעשפרייזט אין שטאט.

אויב איר ווילט אליינס שפירן דער קראפט פון וואסער עפנט אויף א וואסער-קראן אויפן גרעסטן מאס און לייגט אונטער די הענט און שפירט די קראפט וואס דאס וואסער גיט ארויס. פון דעם קראן קומט נישט ארויס מער ווי צוויי גאלאנען וואסער פער מינוט אבער וויבאלד דאס קומט ארויס פון אזא קליינער עפענונג איז דאס זייער שנעל און פארמאגט א שטארקע קראפט. יעצט שטעלט אייך פאר וויפיל קראפט דאס וואסער וועלכע פאלט אראפ פון די ניאגארא וואסערפאלן פארמאגט. עס פאלן דארט מיליאנען גאלאנען פער מינוט און זינט עס פאלט אזויפיל שטאקן ווערט דאס נאר קראפטיגער און איז גענוג שטארק צו צוברעכן געביידעס אויב מען וואלט דאס אונטערגעלייגט. נישט נאר פאלנדיגע וואסער האט א שטארקע קראפט נאר אפילו א פליסינדיגע טייך אין וועלכע דאס וואסער פליסט כסדר אן אפשטעל. אויב איינער זאל פרובירן אפשטעלן דאס וואסער פלוס פאר איין מינוט מיט א ברעט אין זיין האנט וועט דאס וואסער אים אוועקשטופן מיט א שטארקן כוח נאכ'ן זיך אנזאמלן אונטער דעם ברעט. הידרא-פלענטס נוצן איינע פון די צוויי כוחות. אדער ווערט דאס געבויט ביי א וואסער-פאל אדער נעבן א פליסנדיגע טייך ביי וועלכע מען בויט א דאמבע וועלכע פארהאלט דאס וואסער און שיקט איר צו די טורבינען אין די הידרא-פלענטס און פון די שטארקע קראפט דרייט דאס די גרויסע טורבינען און עלעקטריציטעט ווערט געשאפן.

א דאמבע האלט אפ דאס וואסער פון א פליסנדיגן טייך און דורכדעם ווערט געשאפן א רעזערוואר. אונטערן דאמבע איז פאראן אן עפענונג מיט לאנגע רערן וועלכע פירן אריין דאס וואסער ביז דעם טורבין. דאס וואסער זאמעלט אן זייער א שטארקע קראפט אויפ'ן וועג אריין די רערן וויבאלד עס איז פאראן זייער א שטארקע כוח פון גראוויטי זינט דאס וואסער איז אויפגעלעזט פון איר אפגעהאלטענע פלוס. דער טורבין איז געווענליך א פרענציס טורבין סארט וועלכע פארמאגט גרויסע בלעכן וועלכע שטייען ארויס און ווען דאס וואסער פליסט אריין דרייט דאס די טורבין. אזא טורבין וועגט געווענליך 172 טאן און דאס וואסער איז אויסגעארבעט מיט גענוג א שטארקע קראפט עס זאל קענען דרייען דעם טורבין 90 מאל אין איין מינוט. העכער'ן טורבין איז פאראן א גענעראטאר מיט מאגנאטן אינעווייניג וועלכע רייבן זיך אויף קופערנע קוילס און פון די רירנדיגע עלעקטראנס ווערט געשאפן ענערגיע.

א טראנספארמער וועלכע זיצט אין א פאוערהויז ארבעט איבער די ענערגיע צו עלעקטריציטעט פון א הויכע וואלטעדזש און דאס ווערט ארויסגעפירט דורך די פאוער ליניעס אריין אין שטאט אדער וואו אימער. די הידרא-פלענט האט נישט קיין פלאץ צו האלטן וואסער און דאס פליסט באלד צוריק ארויס דורך ספעציעלע רערן צוריק ארויס צום צווייטן העלפט טייך וואו דאס וואסער ברויך גיין לכתחילה. אויף צוויי זאכן איז דער ענערגיע בעיקר געוואנדן און דאס זענען וויפיל וואסער עס קומט אריין אויפאיינמאל און ווי ווייט דאס וואסער פליסט פון די רעזערוואר ביז די טורבין. מער וואסער איז מער קראפט און ווי לענגער עס פליסט אלץ מער קראפטיג ווערט דאס ווייל דער כוח פון גראוויטי ווערט שטערקער. דער טורבין ווערט צוגעשטעלט לויט וויפיל ענערגיע מען וועט פון דארט קענען באקומען און דאס איז געוואנדן לויט די סארט רעזערוואר און וויפיל וואסער עס איז פאראן. גרויסע הידרא-פלענטס זענען געבויט ביי ריזיגע דאמבעס וואו עס זענען פאראן מערערע טורבינען, יעדע אין באזונדערע אפטיילונגן אפגערוקט איינע פון די אנדערע. ביי הידרא-פלענטס וואו עס איז נישט פאראן גענוג וואסער אינעם רעזערוואר און מען וויל ארויסבאקומען ווי מער עלעקטריציטעט איז פאראן א ספעציעלע סיסטעם וועלכע שיקט צוריק דאס וואסער צום רעזערוואר אנשטאט דאס אראפשיקן אין טייך ווי עס באדארף צו גיין. אין דער פאל אין פאראן א געבויטע צווייטע רעזערוואר וואו דאס וואסער גייט אריין נאכן דורכגיין די טורבין און ספעציעלע פאמפס שיקן צוריק ארויף דאס וואסער צו די אויבערשטע רעזערוואר עס זאל זיין גענוג וואסער.

די פאמפ זעלבסט נוצן אויך אסאך ענערגיע און עס וואלט זיך נישט געלוינט די גאנצע זאך. אבער יעדע שטאט האט צייטן ווען מען נוצט מער עלעקטריציטעט און צייטן ווען מען נוצט גאר ווייניג, געווענליך אינמיטן די נאכט. איבער'ן טאג וועלן אלע וואסער אריינגעשיקט ווערן אין די רעזערוואר און אין די שטונדן ווען דאס ווייניגסטע עלעקטריציטעט ווערט געפאדערט וועט דער הידרא-פלענט נוצן די איבערגעבליבענע ענערגיע ארויף צו פאמפן דאס וואסער פון די אונטערשטע רעזערוואר צו די אויבערשטע רעזערוואר כדי עס זאל זיין גענוג וואסער אין די צייטן פון טאג ווען דאס מערסטע עלעקטריציטעט ווערט גענוצט.

די גענעראטארס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס הארץ פון א הידרא-עלעקטריע קראפטווערק איז די גענעראטארס וועלכע פראדוצירן ענערגיע פון די קראפט וואס דאס וואסער ברענגט אריין. דער פראדעצור איז זייער א פשוט'ער. דאס וואסער דרייט א טורבין און דער טורבין איז באהאפטן צו די גענעראטארס. אינעווייניג אין די גענעראטארס איז פאראן גרויסע מאגנאטן וועלכע זענען געשטעלט זייער נאנט צו קופערנע דראטן. ווען די מאגנאטן דרייען זיך און רייבן זיך אויף די קופערנע דראטן קומען זיך צוזאם די עלעקטראנס פון די מאגנאטן און די קופערנע דראטן און אלס א רעזולטאט ווערט געשאפן אן ענערגיע וואס ווערט גערופן אלטוירנעטינג קורענט און די ענערגיע גייט אריין אין א טראנספארמער וועלכע באלאנסירט דאס און מאכט דערפון עלעקטריציטעט. א געווענליכע גענעראטאר קען פראדוצירן צווישן 100 און 150 מעגא-וואטס פון עלעקטריציטעט. אין אמעריקע איז באקאנט די הואווער דאמבע אין נעוואדע וועלכע פארמאגט 17 גענעראטארס פון וועלכע יעדע פון זיי פראדוצירן 133 מעגא-וואטס וואס קומט אויס אינאיינעם צו 2,074 מעגא-וואטס. א מעגא-וואט איז נישט קיין סאך (1,000 וואטס) אבער ווען די ענערגיע ווערט טראנספארמירט צו עלעקטריציטעט איז פאראן פארשידענע ספעציעלע חכמות וועלכע מאכן די וואלטעדזש פיל-פאכיג.


דער הידרא-לאגיק רעדל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לאמיר זיך א מינוט דא אפשטעלן און אריינטראכטן וויאזוי דער דרך הטבע פארזיכערט וואסער איבעראל און אזוי אויך פאר א הידרא-עלעקטריע קראפטווערק. צום ערשט דארף מען וויסן אז אונזער פלאנעט פארלירט און פראדוצירט וואסער יעדן מינוט אין טאג. ווען די זון שיינט הייצט עס דאס וואסער און דאס וואסער וועפט אויס צו די אטמאספערע. אבער דאס וואסער ווערט נישט פארלוירן נאר זיצט אין די אטמאספערע און וועט שפעטער צוריק אראפקומען אין פארעם פון רעגן אדער שניי. אבער אין דעם פראדעצור ווערט נאך אלץ פארלוירן א געוויסע פראצענט וואסער און אויב דאס וואלט אזוי אנגעגאנגען יארן לאנג וואלט געווארן א מאנגל אין וואסער און טייכן וואלטן נישט געפלאסן געהעריג. צו דעם האט דער בורא עולם באשאפן דער טבע פון וואולקאנען וועלכע שטורעמט און קאכט אינערליכע טיילן פון די ערד און פון איר פארע ווערט געשאפן נייע וואסער וועלכע גייט ארויף צו דער אטמאספערע און ערזעצט דאס וואסער וואס ווערט פארלוירן פון די זון.

קומט אויס אז צו יעדער צייט איז דער וועלט'ס וואסער צעטיילט צו עטליכע פארמאטן. רוב דערפון איז פליסיג ווי ימים און טייכן, א טייל דערפון איז אין פארעם פון פארע וועלכע זיצט אין די אטמאספערע, און א טייל דערפון איז פארפרוירן צו אייז וואס איז אין פאקט טרוקענע וואסער. דאס וואסער טוישט זיך נאכאנאנד ווען עס גייט ארום אין די וועלט דורך דער ווינט. דאס זעלבסט איז א וואונדערליכע טבע וואס ווערט געשאפן דורך די זון. די וועלט איז רינדיג און די זון דרייט זיך ארום דעם מיטן ברייט פון דעם רינג פון מזרח צו מערב און אלע ערד אונטער דעם ווערט גערופן דער עקוואטאר. דורכדעם וואס די זון שיינט מער אויפ'ן עקוואטאר ווי אויף אנדערע פלעצער איז טייטש אז דארט איז מער ווארים און די ארטיגע וואסערן גיבן ארויס דאס מערסטע וועפאר. דאס פארמירט ווינטן ווען פארשידענע סארט לופט קומען זיך צוזאם און ווערן אקטיוו און רוקן זיך ווייטער און ווייטער. נאר א דאנק די ווינטן דרייט זיך דאס וואסער ארום די וועלט און רעגן דעגרייכט איבעראל. וואסער וועפט אויס פון די וואסערן און גייט ארויף צו די אטמאספערע. דאס וואסער איז ווארעם פון די זון שטראלן אבער קילט זיך אפ ווי העכער עס גייט כאטש עס קומט נענטער צו די זון, ווייל די אטמאספערע ווערט דינער ווי העכער און היץ קען זיך דארט נישט האלטן. זינט דאס וועפאר ווערט קעלטער ווערט דערפון שטיקער וואסער וועלכע זאמלן זיך אן און ווערן וואלקענעס און ווען דאס ווערט שוין זייער אנגעפילט הייבט דאס אן ארויסלאזן איר וואסער אין פארען פון רעגן אדער שניי, געוואנדן לויט די וועטערס אין די אטמאספערע אונטער דעם. די פליסנדיגע טייכן זענען צום מערסטן אנגעוואנדן אויף רעגן וויל איינמאל עס מאנגעלט אין רעגן איז נישט פאראן גענוג א שטארקע וואסער-שטראם אז דאס וואסער זאל קענען גיין אויך בארג ארויף און די טייכן וואלטן זיך אפגעשטעלט.


א קאנצעפט פאר טעגליכע באנוץ[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז מיר מענטשן נוצן אויס די טבע פון פליסנידגע וואסער צו מאכן דערפון עלעקטריציטעט. איז געקומען אן אינדזשעניר פון אנטעריא, קאנאדע, און אויפגעקומען מיט א קאפ שטיק צו טאן די זעלבע זאך מיט די טבע פון דעם מענטש'נס ענערגיע. אט איז זיין געדאנק: ער האט אויסגעטראפן א שיך וועלכע וועט פראדעצורן עלעקטריציטעט בשעת מען גייט און דאס וועט זיין א פאוער סופליי פאר די אלע דעווייסעס מיט וועלכע מיר דרייען זיך ארום די היינטיגע טעג. דער אינדזשעניר, ראבערט קאמארעטשקא, האט דעזיינט א שיך וועלכע פארמאגט צוויי קליינע זעק איינס אינעם פאדערשטן טייל פון זויל און די צווייטע אינעם אונטערשטן טייל. אין די זעק האט ער ארייגעשטעלט א געוויסע פליסיקייט און אינדערצווישן האט ער אריינגעשטעלט א מייקרא הידרא-עלעקטריע קראפטווערק וועלכע באשטייט פון א טורבין, א גענעראטאר, און א טראנספארמער. זייער פשוט – האט קאמארעטשקא געטראכט. דער מענטש הייבט זיין פוס מיט יעדע טריט וואס ער גייט און דאס וועט מאכן דאס וואסער אינעווייניג פליסן פון איין זייט זויל צו די צווייטע. לאמיר אריינשטעלן א הידרא-פלענט אינדערצווישן און עס וועט זיך פראדוצירן עלעקטריציטעט פון זיך אליינס.


הידרא-קראפט ארום די וועלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די איינציגסטע לאנד וואס נוצט כמעט נאר הידרא-קראפט צו פראדוצירן עלעקטריציטעט איז נארוועגן. אייסלאנד נעמט 83 פראצענט עלעקטריציטעט פון הידרא-קראפט און עסטרייך נעמט 67 פראצענט. קאנאדע איז די וועלט'ס גרעסטע הידרא-קראפט פראדוצירער. 70 פראצענט עלעקטריציטעט פון דאס לאנד קומט פון הידרא-קראפט און דאס ווארט הידרא מיינט עלעקטריציטעט אין גאס ווייל אלע עלעקטריציטעט סופלייערס רופן זיך מיט נעמען וואס הייבט זיך אן מיט הידרא. די וועלט'ס גרעסטע הידרא-קראפט פירמע איז הידרא-קוויבעק וועלכע גיט עלעקטריציטעט פאר דעם גאנצן קוויבעק פראווינץ פון 8 מיליאן איינוואוינער און האט איבער גענוג וועלכע זי פארקויפט פאר מזרח שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן פון וועלכע קאן עדיסאן איז איינע פון אירע גרעסטע קאסטומער. אין סך הכל פראדוצירט די פירמע 31,512 מעגא-וואטס פון הידרא-קראפט דורך צענדליגער הידרא-פלענטס וועלכע געפינען זיך ארום דעם דזשעימס בעי טייך אין צענטער פון קוויבעק.

די וועלט'ס גרעסטע הידרא-פלענט איז די לא גרענד אין קוויבעק, קאנאדע. די פלענט אליינס פראדוצירט 16,021 מעגא-וואטס ענערגיע. דערנאך קומט די איטעפיאו פלענט אין בראזיל וועלכע פראדוצירט 12,600 מעגא-וואטס. די דריטע גרעסטע איז אין וועניזועלע מיט 10,200 מעגא-וואטס און ערשט די פערטע איז די גרענד קאולי פאוער סטאנציע אין וואשינגטאן סטעיט מיט עפעס מער ווי 6,000 מעגא-וואטס. אין כינע בויט מען יעצט די וועלט'ס גרעסטע דאמבע און דער פלאן לויטעט פאר א 18,200 מעגא-וואטס הידרא-פלענט וועלכע וועט זיין די גרעסטע אין די וועלט. אמעריקע איז די צווייטע גרעסטע הידרא-קראפט פראדוצירער נאך קאנאדע. דערנאך קומט בראזיל, כינע, רוסלאנד, נארוועגיע, יאפאן, אינדיע און פראנקרייך.